פארוואס רייכע מענטשן אינוועסטירן אין העדזש פאנדס - און פארוואס רוב מענטשן זאלן נישט
Jan 20, 2026
סטאק מארקעט
Recent Posts
ווי מיר האבן פאריגע וואך אנגעהויבן אויסשמועסן איז פארהאן א שטיקל מיסטעריע: איבער צייט, טוט די עס-ענד-פי 500 געווענליך פארדינען מער ווי רוב העדזש פאנדס. טראץ דעם, האלטן רייכע אינוועסטירער אינאיין איבערגעבן זייער געלט צו העדזש פאנדס. פארוואס? און פארוואס טוט נישט די זעלבע לאגיק אפעלירן צו געהעריגע אינוועסטירער ווי מיר און דיר?
העדזש פאנדס שטעלן צו פלעקסעבילעטי און ספעציעלע סטראטעגיעס.
רייכע אינוועסטירער האבן אנדערע געברויכן. זיי ווילן נישט בלויז וואקסן זייער געלט - זיי ווילן עס באשיצן, באהאנדלן שטייערן, און טרעפן מעגליכקייטן מער ווי בלויז די סטאק מארקעט. העדזש פאנדס קענען טוען זאכן וואס געהעריגע פאנדס קענען נישט, ווי שארטן סטאקס, נוצן לעוורעדזש, און אינוועסטירן אין פריוואטע פירמעס.
די סטראטעגיעס קענען מאכן געלט אפילו ווען די מארקעט איז אראפ. העדזש פאנדס קענען אויך קאסטומעזירן סטראטעגיעס פאר גרויסע אינוועסטירער, וואס איז עפעס וואס אינדעקס פאנדס קענען נישט טוען.
רייכע אינוועסטירער ווילן סטאבילעטעט איבער מאקסימום פראפיט.
ווען די האסט שוין צענדליגע מיליאנען, איז די ציל עס נישט צו דאפלען - עס איז פארמיידן צו פארלירן א גרויסע חלק דערפון. העדזש פאנדס טוען אפטמאל פאקוסירן צו רעדוצירן פארלוסטן און פארזיכערן די געלט אנטקעגן גרויסע מארקעט טראסקעס.
און אנדערע ווערטער, טוען זיי אויפטוישן אביסל לאנג-טערמיניגע פראפיטס פאר מער רואיגקייט. דאס שטימט אויב די ציל איז צו פארזיכערן א ריזיגע פארמעגן, נישט בויען איינס.
עס איז דא א סטאטוס עלעמענט צו דער זאך.
לאמיר זיין אויפריכטיג - א חלק דערפון איז סטאטוס. העדזש פאנדס האבן אפטמאל א מינימום פון א מיליאן דאלער וואס מען דארף אינוועסטירן און דאס געבט א געפיל פון עקסקלוסיוועטעט. אינוועסטירן אין א העדזש פאנד קען פילן ווי זיך איינשרייבן אין א פריוואטע קלאב. עס איז נישט בלויז איבער ריטורנס - עס איז איבערן זיין א חלק פון א געוויסע צירקל.
פארוואס געהעריגע אינוועסטירער זאלן זיך האלטן צו די עס-ענד-פי.
פאר רוב מענטשן איז די חשבון פשוט: העדזש פאנדס נעמען הויכע פיז (אסאך מאל 2% פון די עסעטס פלאס 20% פון די פראפיטס), און רוב טוען נישט פארדינען מער ווי די עס-ענד-פי 500 נאך די אלע קאסטן. די עס-ענד-פי 500, פון די אנדערע זייט, געבט דיך שטארקע דיווערסיפעקאציע, כמעט נישט קיין פיז, און א טרעק רעקארד פון צענדליגע יאר.
די דארפסט נישט האבן פענסי סטראטעגיעס אדער געהיימע דיעלס - בלויז רעגלמעסיגע, נידריגע-קאסטן אינוועסטירן און צייט אין די מארקעט.
די אונטערשטע שורה:
רייכע מענטשן נוצן העדזש פאנדס צו פארזיכערן וואס זיי האבן. געהעריגע אינוועסטירער זאלן נוצן די עס-ענד-פי 500 צו וואקסן וואס זיי לייגן אריין.






