קעריער פראטאטייפינג – חלק ב
Feb 16, 2026
ארבעטס פלאץ
Recent Posts
נאך א וועג וויאזוי מ'קען אויספרובירן צו מ'גייט ליב האבן א דזשאב, איז דורך'ן נעמען אזעלכע ביליגע קורסעס וואס מ'קען קויפן אנליין, א שטייגער ווי אויף לינקד-אין לערנינג, קאורסערא און נאך. לויט ווי סאך חשק מ'האט צו ממשיך זיין די קלאסן, קען מען זעהן צו מ'וועט הנאה האבן און מצליח זיין ביים עוסק זיין דערינען א גאנצע טאג.
רעדן מיט מענטשן אין דעם פעלד.
א דריטע וועג ווי מ'קען באקומען קלארקייט ארויסצוהאבן אויב א געוויסע פעלד/דזשאב איז געאייגנט פאר דיר איז דורכ'ן אויספרעגן מענטשן וואס זענען אין דעם פעלד אדער טוען דעם דזשאב וואס דו טראכסט פון טון. אזוי הייבט מען אהן אביסל אויסשמעקן און זעהן צו ס'ציט אדער נישט.
בדרך אגב, די כח פון רעדן מיט מענטשן וועלכע טוען אין דעם פעלד, איז עפעס וואס איז אינטערגעשאצט. איך האב שוין געהאט א שיינע פאר קליענטן, וואס אינדערצייט וואס זיי האבן פשוט גערופן צו הערן מער וועגן דעם פעלד/דזשאב האבן זיי זאגאר באקומען דזשאב אפפערס. מ'זאל קיינמאל נישט אינטערשאצן די כח פון שמועסן מיט מענטשן.
אבער אפילו אויב באקומט נישט קיין דזשאב אפפערס, די מציאות איז אז די מער מ'הערט און מ'שמועסט מיט מענטשן, באקומט מען א קלארערע בילד איבער דעם פעלד/דזשאב. און דאס העלפט אז מ'זאל קענען מאכן בעסערע החלטות בעז''ה.






