די פראבלעמען פון טעסטס

Feb 9, 2026

ארבעטס פלאץ


איז לאמיר דא אדורכגיין די פראבלעמען פון די טעסטס, איינס ביי איינס, וועט איר פארשטיין פארוואס אלס קעריער קאוטש באנוץ זיך נישט מיט קיין איין מהלך וואס איז געבויט אויף א טעסט.

די שאלות זענען טעארעטיש

רוב שאלות וואס ווערן געפרעגט זענען נישט עכט זאכן וואס די מענטש האט שוין סיי וועלכע עכטע ידיעה. לדוגמה, ווען מ'פרעגט א מענטש ''קענסטו דיך זעהן מענעדזשען א שטאב פון פינף און צוואנציג מענטשען?'' יעצט פאר אזא איינער וואס האט נאך אין זיין לעבן נישט געמענעדזשט אפילו איין ארבעטער, איז פשוט נישט מעגליך וויסן. איז וויאזוי קען ער ענפערן אזא שאלה בכלל? סיי וואס ער וועט נאר ענטפערן וועט זיין געבויט אויף די החלטות וואס ער האט אויף זיך סתם אזוי. אויב האט ער מורא צו נעמען אזא גרויסע פאסטן, און ער פילט ווי ער וועט עס נישט קענען דערהייבן (געבויט אויף זיינע הגבלות וואס ער האט יעצט ביי זיך אליין אין קאפ) וועט ער ענטפערן ניין.

און אויב האט ער איבערגעטריבענע קאנפידענס (וואס איז אגב, אפשר געזונט צו האבן אמאל אויך...) וועט ער ענפערן יא, אבער ס'מיינט נישט אז ער וואלט טאקע געטויגט צו דעם, אדער אז ער וואלט עס אפילו געגליכן. און איין ווארט, רובא דרובא פון די שאלות וואס ווערן געפרעגט קען נישט די מענטש וויסן די אמת מיט א קלארקייט. ממילא איז סיי וואס ער ענפערט נישט רעלעוואנט בכלל.

די רעזולטאטן זענען געבויט אויף ''טייפס''

אלע טעסטס קומען מיט די הנחה, אז ס'איז דא א געוויסע סכום פון ''טייפס'' פון מענטשן און מ'דארף דיך אריינקוועטשען און דיך אריינלייגן אין איין ספעציפשע ''טייפ''. 

איעדע טעסט האט זיך זיינע אייגענע קאטעגאריעס, וואס די ערפינדער פון די טעסטס, האבן אויפגעטראכט. געוויסע האבן זעקס קאטעגאריעס - ווי סאך טייפס פון מענטשן - ס'זענען דא. בעת אנדערע האבן זעכצן אא''וו. איעדער שנייט עס אנדערש. און דא קען מען אריינגיין אין אן ענדלאזע ציקל, פון נישט אויפהערן צו זוכן פאר די טעסט וואס צוטיילט עס די בעסטע. און איינמאל מ'מיינט אז מ'האט שוין געטראפן די ריכטיגע, קומט מארגן א צווייטן חכם מיט אן אנדערע וועג עס צו צוטיילן וואס ער טענה'עט אז דאס איז די בעסטע...

א דזשאב נעמט אריין אסאך מער פרטים

דאס איז שוין בנוגע די למעשה'דיג חלק - די דזשאב וואס די מענטש וועט נעמען – געבויט אויף די רעזולטאטן. 

לאמיר זאגן אז א געוויסע טעסט איז אויסגעקומען אז איך באמערק גאר אסאך דעטאלן. סאו, די אויסוואל איז קלאר, ניין? איך דארף ווערן אן ''אינטעריער דעזיינער'', וועלכע דארף זיין גוט אין ''דיטעילס''.

אבער צו ווייסטו אז אן אינטעריער דעזיינער דארף אסאך האנדלען מיט אלע מינע מענטשן און מיט איעדעם'ס משוגעת'ן? אה, איז יעצט דארף מען זען צו ער האט אויך ''גע'סקארט'' גוט אויף סאציעלע קשרים... אזוי קומט אויס אז ס'איז אין לדבר סוף. ס'איז פשוט אוממעגליך צו הייסן א מענטש נעמען א געוויסע דזשאב געבויט אויף די רעזולטאטן פון א טעסט וויבאלד רוב דזשאבס נעמן אריין אסאך מער ווי דעם. 

מ'איז נאר דן אין ''כחות'' נישט אין וואס די מענטש האט ליב צו טון

דאס איז אן ענין וועלכע מיר האבן שוין מאריך געווען אפאר וואכן דערויף, ווי וויכטיג ס'איז צו קוקן וואס מ'גלייכט צו טון מער ווי וואס מ'טויגט צו טון. צווישן די אלע טעסטס זענען רוב פון זיי געבויט נאר אויף וואס בין איך גוט אויף און נישט וואס איך גלייך צו טון.

ס'איז יא דא געוויסע טעסטס א שטייגער ווי די האלאנד טעסט וואס איז באזירט מער אויף די ''אינטרעסען'' פון די מענטש. אבער פארט איז עס נאכאלס א טעסט און דעריבער פארמאגט עס אלע אנדערע חסרונות וואס די טעסטס פארמאגן.

בס''ד קומענדיגע וואך גייען מיר בעז''ה אנפאנגען מיט די ערשטע סטעפ וואס ס'פעלט זיך אויס אנצוהייבן קלאר צו ווערן אין אייער קעריער דירעקציע. 



די ארטיקל איז געברענגט צו אייך דורך Grow Career Coach .
ארבעט איר שוין פאר 2-3 יאר און איר פילט זיך אויסגעברענט און אומצופרידען פון די ארבעט? דאן אפשר איז
שוין צייט קלאר צו ווערן גענוי וועלכע ארבעט איז געאייגנט פאר אייך, אזוי אז די נעקסטע 30 יאר זאלט
איר בעז"ה יא הנאה האבן פון די ארבעט.
רופט אדער טעקסט 347-746-4769
אדער אימעיל growcareercoach@gmail.com אזוי אויך פאר סיי וועלכע הערות
און פידבעק שיקט אן אימעיל צו דעם דאזיגן אימעיל אדרעס.