א ווארט איבער אונזער מהלך
Feb 9, 2026
ארבעטס פלאץ
Recent Posts
איידער אונז גיימיר אריינטאנצן און אדורכגיין אלע סטעפס וואס פעלט זיך אויס, אנצוקומען צו די ''דרים דזשאב'', וויל איך צוערשט זאגן א ווארט איבער אונזער מהלך.
די מהלך וואס איך גיי דא אראפלייגן פאר אייך טייערע ליינער, איז א שטארקע און אויספרובירטע מהלך מיט וועלכע גאר אסאך געלונגענע קעריער קאוטשעס [ואני בתוכם] באנוצן זיך צו העלפן מענטשן דערגרייכן די דזשאב פון זייער חלום.
די חידוש פון די מהלך ליגט אין די פשטות שבו. ס'איז זייער פשוט און ס'איז ממש ''קאממען סענס''. אבער טאקע וועגן ס'הערט זיך אזוי פשוט, שפיר איך פאר וויכטיג ארויסצוברענגען, אז מ'זאל עס נישט נעמען לייכט. נאר מ'זאל פארשטיין אז אסאך מאל די גרעסטע גאונות ליגט אין די פשוטסטע פשטות.
יעצט וואס די מהלך איז ''יא'' גייען מיר אי''ה זעהן קומענדיגע וואך. די וואך וויל איך מיך באציען צו וואס די מהלך איז ''נישט'' און אויך מסביר זיין פארוואס איך באנוץ זיך טאקע נישט מיט די אנדערע מהלך.
אונזער מהלך האט גארנישט מיט קיין עפטיטוט טעסט צו טון
ס'זענען פארהאן גאר אסאך פארשידנארטיגע טעסטס וואס העלפן מענטשן אויסקלארן וועלכע דזשאב ער זאל נעמען. זאל עס זיין טעסטס וואס זענען געבויט אויף די האלאנד טעסט, אדער אנדערע מינע טעסטס א שטייגער ווי פארשידענע עפטיטוט טעסט וכדו'. אזוי זענען פאראן גאר אסאך אנדערע טעסטס וואס זענען געבויט אויף אנדערע מאדעלן און פארשידענארטיגע חשבונות.
די ''סטעפס'' מיט וועלכע אונז באנוצן זיך, ''האט גארנישט צו טון מיט קיין איינער פון די טעסטס''.
פארוואס טאקע ארבעט איך נישט מיט קיינע טעסטס? אויבנאויף איז עס אזוי גרינג און געשמאק. מ'פרעגט די מענטש אפאר שאלות, און בינגא! די קליענט ווייסט יעצט פונקטליך וועלכע דזשאב ער זאל טון.






