פארוואס נישט צו אינוועסטירן מיט העדזש פאנדס

Jan 19, 2026

סטאק מארקעט

מיר דארפן פארשטיין א וויכטיגע זאך ווען עס קומט צו אינוועסטירן אין די סטאק מארקעט. די ווייניגער וואס מען פאטשקעט ארום די מער שאנסן האט מען ארויסצוגיין א געווינער, און איך וועל מסביר זיין פארוואס.

אסאך מענטשן האבן די אומריכטיגע בליק אז אויב וועל איך זיך מער אריינטוען אין סטאקס, אדער וועל איך איבערגעבן מיין געלט פאר א העדזש פאנד אדער אינוועסטמענט גרופע וועל איך מאכן מער געלט. און דאס איז על פי רוב נישט ריכטוג.

די ריאליטעט איז, אז איבער צייט וועלן רוב העדזש פאנדס נישט פארדינען מער ווי די עס-ענד-פי 500, און פאקט, אויב אינוועסטירט איינער אין די עס-ענד-פי 500 מיט די ציל צו אינוועסטירן זיין געלט איבער 20 צו 30 יאר וועט ער על פי רוב פארדינען מער ווי סיי וועלכע העדזש פאנד, סיי וויבאלד עס איז כמעט אוממעגליך פאר א העדזש פאנד צו פארדינען מער ווי די עס-ענד-פי 500 איבער אזא לאנגע צייט אפשניט, און אויך וויבאלד די פיז וואס די העדזש פאנדס נעמען עסט אריין אין די פראפיטס וואס מען פארדינט.

איי וועסטו פרעגן דאן פארוואס טוען מענטשן יא איבערגעבן זייער געלט פאר העדזש פאנדס אז זיי זאלן עס אינוועסטירן? דאס איז א שמועס פאר זיך וואס מיר וועלן אי"ה איבערשמועסן קומעדיגע וואך, אבער די ערשטע זאך וואס מען דארף וויסן איז, אז פאר רוב מענטשן איז עס נישט א גוטע געדאנק צו אינוועסטירן סיי מיט העדזש פאנדס אדער און אנדערע אי-טי-עפ'ס חוץ פון די עס-ענד-פי אדער די נעסדעק 100.

קומעדיגע וואך וועלן מיר אויסשמועסן פארוואס מענטשן טוען יא אינוועסטירן מיט העדזש פאנדס אדער אנדערע אי-טי-עפ'ס און ווייטער אויסברייטערן די פשוטע סטראטעגיע וואס רוב עקספערטן רעקאמענדירן און פארוואס די בענעפיטן דערפון זענען אזוי שטארק.