פארוואס לוינט זיך צו פארקויפן א קאלל אפציע

Jan 19, 2026

סטאק מארקעט

פון די פארקויפערס פערספקטיוו, איז עס נישט איבער שפילן די מארקעט פאר א גרויסע פראפיט - עס איז איבער מאכן אן אינקאם

די יעצטיגע בענעפיט: די פרימיום

ווען די קויפער צאלט $2 פער שעיר פאר די אפציע, גייט די געלט גראד אינעם פארקויפערס טאש אריין. אין אונזערע משל פון לעצטע וואך, אויב די קויפער שפענדט $10,000 אויף אפציעס, דאן פאר וואס ווי ווען באקומט די פארקויפער גלייך די $10,000 פרימיום. דאס איז פארזיכערטע אינקאם וואס די פארקויפער באקומט אפגעזען וואס געשעט נאך דעם

וואס די פארקויפער האפט פאר

די פארקויפער האפט אז די סטאק רוקט זיך נישט צופיל. אויב די סטאק בלייבט פלאך, גייט אראפ, אדער אפילו אויב עס גייט אביסל ארויף (אבער נישט העכער די סטרייק פרייז, די סטרייק פרייז איז אלעמאל אביסל העכער ווי וואס די סטאק פרייז איז בשעת וואס די אפציע ווערט פארקויפט), דאן וועלן די אפציעס עקספייערן ווערדלאז. אין די פאל, וועט די פארקויפער האלטן די פולע פרימיום אן דארפן אפילו פארקויפן די סטאק. עס איז אזוי ווי פארקויפן אינשורענס - דער וואס פארקויפט די אינשורענס ווערט יעצט באצאלט נישט קיין חילוק וואס, און רוב מאל געשעט גארנישט שלעכט

און יעצט צום ריזיקע זייט

פארשטייט זיך, אז אויב די סטאק שיסט ארויף, איז די פארקויפער אין פעקל. ער וועט דארפן פארקויפן זיינע שעירס פאר די סטרייק פרייז, אפילו אויב יעצט פארקויפט זיך די סטאק פאר פיל העכער אויף די מארקעט. דאס איז ווי די פאטענציאלע "אנלימעטעד ריזיקע" קומט אריין וויבאלד די מערסטע וואס דער וואס קויפט אן אפציע קען פארלירן איז די פרימיום, אבער די פארקויפער קען מעגליך פארלירן אסאך געלט וויבאלד ער וועט עס מוזן פארקויפן פאר $100 דאלער א שעיר נישט קיין חילוק ווי הויך די סטאק פארט ארויף

 

פארוואס עס לוינט זיך נאכאלטס פאר געוויסע פארקויפער:

רעגלמעסיגע אינקם: פיל פארקויפער נוצן אפציעס צו פארדינען קליינע, רעגלמעסיגע פרימיום געלטער, ספעציעל אויב זיי גלייבן אז די סטאק וועט זיך נישט צופיל רוקן

פראביבילעטי: אפציעס רוב מאל עקספייערן ווערדלאז, און פארקויפער טוען זיך פארלאזן אויף די רוב. זיי מאכן קליינע סומעס אפט, בשעת וואס קויפער באקומען פון צייט צו צייט גרויסע געווינסן

 

די מעלות און ריזיקעס פון ביידע זייטן:

די קויפער: ריזיקירט א קליינע סומע פאר די שאנס צו פארדינען ריזיגע פראפיטן

די פארקויפער: פארדינט א קליינע, פארזיכערטע סומע, אבער נעמט אן די שאנס פון א ריזיגע פארלוסט

ביידע זייטן גלייבן אז זיי מאכן די קלוגערע טרעיד: די קויפער גלייבט אז די סטאק וועט ארויפשיסן, בשעת וואס די פארקויפער גלייבט אז עס וועט נישט. און דאס איז פארוואס די אפמאך געשעט