פארוואס לוינט זיך עס צו קויפן א קאל אפציע
Jan 13, 2026
סטאק מארקעט
Recent Posts
דער וואס קויפט די קאל אפציע גלייבט און האפט אז די פרייז פון דעם סטאק וועט ארויפגיין. דורכן קויפן א קאל אפציע, טוט דער קויפער צאלן א קליינע פרייז (גערופן די פרימיום) פאר דאס רעכט צו קויפן דעם סטאק ביי א געוויסע פון פארויס אפגעשמועסטע פרייז (די סטרייק פרייז) אין דער צוקונפט.
די גרעסטע אויפטו דא איז 'לעווערעדזש'. אנשטאט צו צאלן די פולע פרייז ביים קויפן דעם סטאק, טוט דער וואס קויפט די אפציע בלויז צאלן א צענטל דערפון. אויב דער סטאק רוקט זיך שטארק ארויף, קען די ווערד פון דער אפציע אויך שנעל ארויפגיין, און ער קען מאכן א גרויסן פראפיט אין פארגלייך צו וויפיל ער האט געדארפט אראפלייגן פון פארויס.
ווי אזוי ארבעט דאס? לאמיר עס פארשטיין.
שטעלט דיך פאר אז די ווילסט אינוועסטירן $10,000 אין עפל.
עס קאסט $100 א עפל שעיר.
מיט $10,000 קענסטו קויפן 100 עפל שעירס.
אבער אנשטאט דעם, געבסטו אויס די זעלבע $10,000 אויף קאל אפציעס.
די קאל אפציע געבט דיר דאס רעכט צו קויפן עפל שעירס פאר $100 א שעיר.
די קאסט פון דער אפציע (די פרימיום) איז $2 פער שעיר.
קומט אויס אז מיט $10,000 קענסטו קויפן אפציעס וואס דעקן 5,000 שעירס.
יעצט לאמיר זען וואס געשעט:
פאל 1: עפל'ס סטאק גייט ארויף צו $120 א שעיר
אויב האסטו געקויפט די שעירס דירעקט און געצאלט דעם פולן פרייז פון פארויס, וועט דיין פראפיט זיין $2,000.
אויב האסטו געקויפט די אפציעס, קענסטו יעצט פארקויפן די 5,000 עפל שעירס פאר $120 א שעיר און פארדינען $90,000 פראפיט! (רעכן אראפ די $10,000 וואס די אפציעס האבן געקאסט)
פאל 2: עפל'ס סטאק בלייבט ביי $100 א שעיר אדער פאלט
די אפציעס עקספייערן ווערדלאז, און דו פארלירסט די גאנצע $10,000 (וויבאלד די פרימיום צאלסטו נישט קיין חילוק וואס)
אויב וואלסטו געקויפט די סטאקס דירעקט, וואלסטו למעשה נאכאלץ געהאט 100 עפל שעירס, וואס קענען זיך נאך צוריקכאפן און אפילו אויב נישט האסטו בלויז פארלוירן אפאר פראצענט דערפון און דו קענסט שנעל פארקויפן דעם רעשט. אבער ביי אן אפציע, די סקונדע עס איז ווערד די זעלבע ווי די סטרייק פרייז אדער ווייניגער ווען עס עקספייערט, האסטו אין א רגע פארלוירן די $10,000 פאר אייביג.
אונטערשטע שורה:
קויפן א סטאק: מער פארזיכערט, אבער קאסט אסאך געלט צו קענען זען א ריזיגע פראפיט.
קויפן א קאל אפציע: מען קען מאכן טויזנטער מאל מער ווי וויפיל מען האט אינוועסטירט, אבער די ריזיקע איז אז אויב בלייבט די סטאק ביי אדער פאלט אונטער די סטרייק פרייז, פארלירט מען אלעס.
דאס איז פארוואס עס לוינט זיך יא/נישט צו קויפן א קאל אפציע. אבער וואס איז די מעשה ווען עס קומט צו פארקויפן א קאל אפציע?






