וואס מיינט א שארט סקוויז און ווי אזוי ארבעט עס

Dec 10, 2023

סטאק מארקעט

יעצט אז מיר פארשטייען שוין ווי אזוי שארטינג ארבעט, לאמיר יעצט פארשטיין אלעס ארום עס און די טערמינען וואס ווערן באהאפטן דערמיט. און די וואך וועלן מיר אויסשמועסן וואס דאס מיינט א שארט סקוויז.

די פשוטע געדאנק: לאמיר א רגע צוריקגיין צו אונזער משל מיט דעם ראלעקס זייגער. דו בארגסט דעם ראלעקס פון משה מיט דעם חשבון עס צו פארקויפן פאר שמואל יעצט פאר 100 אלפים און עס צוריק קויפן פאר משה אין א יאר פון יעצט פאר 80 אלפים, שטימט? געוואלדיג. דער פראבלעם איז נאר אז דו ביזט נישט דער איינציגסטער וואס איז אויפגעקומען מיט דעם געדאנק, אין פאקט האבן נאך 100 מענטשן געמאכט דעם זעלבן חשבון ווי דיר. עס קומט דער טאג וואס דו דארפסט צוריקגעבן דעם זייגער פאר משה, דו גייסט ארויף אויף איבעי און... די פרייזן האבן ארויפגעשאסן! אבער דערנאך געבסטו זיך א כאפ אז עס איז ביטער ווי א זית וויבאלד ווען מען געדענקט גוט איז דער זייגער פון משה געווען א "לימעטעד עדישאן" און בלויז אפאר הונדערט שטיק דערפון בכלל עקזיסטירן און נאך הונדערט מענטשן זענען אינעם זעלבן פעקל ווי דיך, זיי אלע מוזן קויפן דעם זייגער! דו געבסט שנעל א קוק וויפיל פון די זייגערס עס זענען פארהאן אויף איבעי צום פארקויפן און עס ווערט דיר שווארץ פאר די אויגן, בלויז 30 שטיק... עס איז א געיעג אנטקעגן צייט. דו לייגסט אריין א ביד פאר עטליכע זייגערס אבער גראד קומט איינער און שלאגט פאר מער, ארויפשטופנדיג דעם פרייז נאך העכער. 115,000... 130,000... 160,000 און ווי מער דער פרייז גייט ארויף, אלץ מער זענען מענטשן גרייט צו צאלן אויס מורא אז עס וועט ארויפגיין נאך מער, אבער דאס אליין שטופט ארויף די פרייזן נאך העכער, פירנדיג צו נאך העכערע פרייזן און אזוי ווייטער. דאס הייסט א שארט סקוויז.

יעצט לאמיר נעמען די משל און עס ארויסברענגען אינעם נמשל: דו שארטסט אן עפל סטאק ווייל דו גלייבסט אז עס גייט אראפגיין, למעשה גייט עס ארויף צו $300. יעצט קומען אלע מענטשן ווי דיר וואס האבן געשארט עפל'ס סטאק און זיי זענען אלע אין א פאניק צוריק צו קויפן עפל שעירס וויבאלד זיי האבן מורא אז עס וועט גיין פון $300 צו $400. אבער דאס אליין אז מענטשן ווילן עס, שטופט ווייטער ארויף די פרייזן וויבאלד אזוי ארבעט פשוטע סופליי און דימענד דינאמיקס. אויב ווילן אסאך מענטשן עפעס וואס איז שווער צו באקומען, וועט עס אוטאמאטיש קאסטן מער. איז אויב ווילן 40 מיליאן מענטשן קויפן עפל'ס סטאק און בלויז 30 מיליאן זענען גרייט עס צו פארקויפן, וועט די פרייז אוטאמאטיש ארויפגיין.