וואס איז שארטינג און ווי אזוי ארבעט עס
Dec 17, 2023
סטאק מארקעט
Recent Posts
אין דריי ווערטער מיינט שארטינג אז מען וועט אז א סטאק'ס פרייז וועט אראפגיין, און מען מאכט געלט ווען עס גייט טאקע אראפ.
און דאס איז ווי אזוי עס ארבעט:
די פשוטע געדאנק: שטעל זיך פאר אז דיין חבר האט א ראלעקס זייגער, מען האלט אינמיטן די סאמע ברען פון קאוויד און די קארטלעך קראצן זיך אין גרויסן. אבער, די ביזט א רואה את הנולד און די קענסט נישט פארשטיין ווי אזוי ראלעקס זייגערס פארקויפן זיך פאר אזוי סאך געלט בלויז ווייל עס איז א "לימיטעד עדישאן". די האלסט אז איינמאל קאוויד איז פאריבער און דער עולם האט שוין נישט קיין געלט, וועלן זיי שוין נישט צאלן אזויפיל ווי זיי פלעגן. איז וואס טוסטו? די גייסט צו דיין חבר און די זאגסט אים "משה, טו מיר א טובה, פארבארג מיך דיין ראלעקס און אין א יאר וועל איך דיר צוריקגעבן די זעלבע מין ראלעקס וואס דו האסט יעצט". דיין חבר איז א גוטער איד און ער האט נאך אפאר זייגערס צו דער זייט, געבט ער דיר א זאג "נישט קיין פראבלעם". שוין, מיט דעם זייגער אין די הענט (עפעס א ראלעקס דעיטאנא וואס איז ווערד $100,000) גייסטו צו דיין אנדערע חבר שמואל וועלכע שטארבט שוין פאר א ראלעקס פאר א לענגערע צייט, אבער ער ווארט שוין אויף דער ליסטע פאר איבער א יאר און ער האט נאכנישט מצליח געווען צו לייגן זיין האנט אויף אזא ראלעקס. און יעצט קומסטו צו אים מיט אט די דימאנט אין די הענט און אן טראכטן קיין צוויי דערלאנגט ער דיר א פאק גרינע דאלארן און ער קויפט אפ דעם זייגער פון דיך פאר $100,000.
א יאר גייט פארביי, קאוויד איז פאריבער און דאס מציאות הייבט אן פליקן. געלט איז געווען, אבער קיין געלט איז שוין נישט דא. דו זיצסט איין צופרי, טרינקסט דיין קאווע אזוי געלאסן ווען פלוצלינג דערמאנסטו זיך אז אין א וואך ארום גייט זיין פונקטליך א יאר פון ווען דו האסט צוגעזאגט משה אז דו גייסט אים צוריקגעבן זיין ראלעקס. דו גייסט ארויף אויף איבעי און דו זעסט אז, יא! דו ביסט גערעכט געווען, די זייגער וואס דו האסט פארקויפט א יאר צוריק פאר הונדערט אלפים פארקויפט זיך יעצט פאר בלויז $80,000! דו קויפסט די זייגער פון איבעי פאר אכציג טויזנט און געבסט עס צוריק פאר משה, און דו האסט פארדינט $20,000.
יעצט לאמיר נעמען דעם משל און עס ארויסברענגען אינעם נמשל: דו גלייבסט אז א עפל שעיר וואס איז יעצט ווערט ארום $200 גייט אראפגיין צו $100 משום איזה סיבה שהיא, צי וויבאלד זיי זענען אונטערשטעלונג אין עי-איי אדער פאר סיי וועלכע אנדערע סיבה. דו גייסט צו צו איינער וואס פארמאגט א עפל שעיר, בארגסט עס פון אים, און צוויי חדשים שפעטער ווען עס פאלט צו $100 א שעיר, קויפסטו צוריק א עפל שעיר, דאסמאל פאר $100, און דו געבסט עס צוריק פאר דעם וואס דו האסט עס פארבארגט פון אים, און דו פארדינסט $100. עס איז א היכי תמצא וויאזוי צו פארדינען פון א סטאק אפילו אויב די סטאק פארלירט געלט.






