וואס איז וויכטיגער, צו ליב האבן וואס מ'טוט, אדער צו טויגן אויף וואס מ'טוט? (חלק ב')

Feb 9, 2026

ארבעטס פלאץ


פארגאנגענע וואך האבן מיר ארויסגעברענגט, אז ס'איז זייער וויכטיג צו זיין קלאר ביי זיך וואס מ'האט ליב צו טון, נאך אפי' וויכטיגער ווי צו וויסן אויף וואס מ'טויגט אויף.

די וואך וויל איך ארויסברענגען די זעלבע נקודה – אבער פון אן אנדערע קוקווינקל.  

די מציאות איז אז איעדע זאך קען מען פראקטיצירן און ווערן בעסער אין דעם. ס'איז פארהאן אהן א שיעור שטודיעס וואס ווייזן אז איעדע מענטש קען אריינלייגן ארבעט און זיך אויסשארפן אין וועלכע חוש ער וויל נאר, און מיט גענוג עבודה קען ער זאגאר ווערן אן עקספערט אין די ספעציפישע תחום.

אנדערש איז אבער בנוגע ליב האבן. מ'דארף נישט קיין שטודיעס וואס זאלן דאס אויפווייזן, אז אויב כ'האב נישט ליב צו טון עפעס אפי' אויב איך טוה עס פאר צוואנציג יאר גיי איך עס נישט מער ליב האבן. אויב עפעס פארקערט, מ'ווערט נאר מער פאראיבלט דערפון און מ'קוקט ארויס אז מ'זאל קענען פטור ווערן פון די אויפגאבע. [ס'איז גראדע דא אזא זאך אז מ'קען ''קומען צום טעם'' אזוי צו זאגן, דאס הייסט אז די מער מ'טוט א זאך גלייכט מען דאס מער. אבער דאס איז נישט די קעיס ביי רוב פעלער, און אפילו ווען יא, האט די מענטש בדרך כלל יא עפעס ליב געהאט פון דעם, און ער האט זיך געבויעט די טעם עס צו גלייכן נאך מער.]

דאס איז נאך א סיבה פארוואס ס'איז וויכטיג צו אויפבויען קלארקייט אין וואס מ'גלייכט, מער ווי וואס ''מ'טויגט אויף''.    

איז ''ליב האבן'' גאר א סימן אז מ'טויגט דערויף?

נאך איין נקודה אין וואס מ'קען אסאך אריינקלערן און שטודירן איז, אויב דאס אז איך האב ליב א געוויסע זאך, טאקע דאס איז א סימן אז כ'בין גוט אין דעם. מ'קען אויך פרעגן די שאלה פארקערט, אויב בין איך גוט אין עפעס, מיינט דאס אז איך וועל דאס גלייכן? 

פון מיין עקפריענס אין העלפן אסאך מענטשן, קוקט מיך אויס אז ס'קען יא זיין שטארק געבינדען אבער פארט גייט עס נישט אייביג אין איינעם.

צום ביישפיל איינער פון מיינע קליענטן, טוט אין מארקעטינג. און כאטש וואס ער איז גאר גוט דערין, און ער האט שוין געהאלפן א שיינע פאר קאמפאניס, דאך האט ער נישט געשפירט ווי מארקעטיג איז ''אים'' און ער גלייכט נישט מארקעטינג צו שטארק.

און דאס זעה איך טאקע גאר אסאך, ווי מענטשן מאכן דאם טעות, און גייען אריין אין א דזשאב אין וועלכע זיי טויגן בעסער ווי אנדערע מענטשן, אבער זיי גלייכן בכלל נישט וואס זיי טוען, און זיי ווערן עווענטועל אויסגעברענט פון די ארבעט.

פארקערט אבער, אז איינער גלייכט עפעס צו מיינט עס אז ער טויגט דערין, דאס זעט מען שוין יא מער, אז איינער זאל גלייכן וואס ער טוט און ער זאל אויך האבן עפעס א נאטירליכע פארשטאנד צו יענעם ענין אדער אויפגאבע. 

אין איין ווארט: אויב איינער טויגט אויף עפעס מיינט נישט אז ער וועט דאס גלייכן, אבער אויב איינער גלייכט עפעס איז ברך כלל דא דארט עפעס, אויף וואס ער טויגט אויף.

(לעצטע וואך האבן מיר אבער ארויסגעברענגט אז מ'קען ניצן אנדערע מינע כחות פאר אסאך דזשאב'ס ממילא אויב צוויי מענטשן גלייכן מלומדת - און די זעלבע איז מיט אנדערע דזשאב'ס, מיינט נאכנישט אז ביידע האבן די זעלבע כשרונות.)


די ארטיקל איז געברענגט צו אייך דורך Grow Career Coach .
ארבעט איר שוין פאר 2-3 יאר און איר פילט זיך אויסגעברענט און אומצופרידען פון די ארבעט? דאן אפשר איז
שוין צייט קלאר צו ווערן גענוי וועלכע ארבעט איז געאייגנט פאר אייך, אזוי אז די נעקסטע 30 יאר זאלט
איר בעז"ה יא הנאה האבן פון די ארבעט.
רופט אדער טעקסט 347-746-4769
אדער אימעיל growcareercoach@gmail.com אזוי אויך פאר סיי וועלכע הערות
און פידבעק שיקט אן אימעיל צו דעם דאזיגן אימעיל אדרעס.