וואס איז וויכטיגער, צו ליב האבן וואס מ'טוט, אדער צו טויגן אויף וואס מ'טוט
Feb 9, 2026
ארבעטס פלאץ
Recent Posts
איינס פון די מערסט געפרעגטע שאלות וואס איך באקום כסדר פון מענטשן איז, ''לאמיר זאגן איך ווייס וואס איך האב ליב צו טון, ווער זאגט אז איך ''טויג דערויף'', אפשר רעד איך מיך טאקע איין אז איך וויל דאס טון, אבער עכט בין איך נישט געמאכט פאר דעם?''
אין אנדערע ווערטער, ווער זאגט אז עס איז ריכטיג אריינצוקוקן און זוכן וואס איך גלייך צו טון, נאר מ'דארף פשוט קוקן וואס טויג איך אויף – די בעסטע?
איז לאמיר דא ארויסברענגען פארוואס קוקן וואס מ'האט ליב איז יא וויכטיג, און נאך אפילו וויכטיגער ווי קוקן אויף וואס מ'טויגט אויף.
אין רוב דזשאב'ס מאכט נישט אזויפיל אויס וואס די ספעציפישע כחות פון די מענטש איז, ווי וואס ער האט ליב צו טון. די סבה איז אז אין רוב פעלער קען א מענטש נוצן ''אנדערע מינע כחות'' פאר די ספעציפשע דזשאב. דאס הייסט ערשט דארף מען קוקן וואס ''וויל'' איך טון. נאכדעם דארף מען אריינטראכטן, האב איך סיי וועלכע כחות וואס איך קען נוצן פאר אזא דזשאב?
מ'קען עס מסביר זיין מיט א משל. לאמיר זאגן ס'איז דא צוויי מלמדים אין א חדר, וואס די צוויי היייסן צו זיין די בעסטע מלמדים פון די גאנצע חדר. וואס טראכט איר האבן די צוויי מלמדים ''אין קאממען'' – מיט וואס איז די צד השוה צווישן זיי אז זיי זענען ביידע אזוי געלונגען. איז עס זייערע כחות? אז זיי ביידע צייכענען זיך אויס מיט די זעלבע זאכן? זייער מסתבר אז נישט.
נאר וואס'זשע דען?
ביידע האבן זיך זייערע שטארקייטן און זיי ניצן גוט אויס זייערע אייגענארטיגע שטארקייטן. לדוגמא, איינער פון די מלמדים איז גאר א גוטע קאמיוניקירער און ער קען גוט אראפלייגן א מעשה און די צווייטע האט בכלל נישט אזא געלונגענע שפראך, נאר ער האט א געוויסע ''פאזיטיווע ענערגיע'' וואס ער הייבט פשוט אויף די כתה.
די זעלבע איז ביי כמעט איעדע דזשאב ווי מ'קען ניצן אנדערע ערליי כחות פאר די ספעציפישע דזשאב זאל עס זיין סעילסמאן, טעכנעלאגיע אדער גאר עפענען אן אייגענע ביזנעס.
דא איז פאסיג צו צוברענגען די ברייט באקאנטע ווערטער פון די חובות הלבבות – שער הבטחון ח''ג, ווי ער לייגט דארט אראפ וויאזוי א מענטש זאל אויסוועלן אן ארבעט וועלכע איז פאסיג פאר אים.
יעצט ווען מ'איז גוט מדייק אין די הייליגע ווערטער פון דעם ראשון וועט מען אז ער איז קלאר מרמז אט די נקודה אז מ'זאל מען קוקן וואס מ'גלייכט, און נאכדעם זאל מען זיין צו מ'האט סיי וועלכע כחות וואס זענען געאייגנט פאר די מלאכה.
פאלגנד איז א ציטאט פון זיינע רייד: ומי שמוצא במדותיו וטבעו ''כוסף'' אל המלאכות, ויהיה ''גופו ראוי לה'' וכו' יחזור עלי' – ''און ווער עס זעט אז זיין טבע ציט צו א געוויסע פאך, און זיין גוף קען דאס פארנעמען זאל דאס אויסקלויבן פאר זיין ארבעט''.
זעט מען דא גאנץ קלאר, אז א מענטש דארף נעמען אין חשבון וואס ער האט ליב, און דערנאך, נעמען אין חשבון צו ער טויג דערויף.
איך וויל נאר אויספירן, אז דא זעט מען די מורא'דיגע חסד וואס די באשעפער האט געטון מיט אונז. די אויבערדערמאנטע חובות הלבבות שרייבט ''ולכל אדם יש חפץ במלאכה או בסחורה וכו' כבר הטביע הא-ל בטבעו אהבה וחבה''. דאס מיינט אז די באשעפער האט פאר א יעדער איינער פון אונז אנגעגרייט מיט א ספעציפעשע סארט ארבייט וואס ער גלייכט און האט ליב, ווען צו די זעלבע צייט האט ער אונז אויך געגעבן די נויטיגע ''כלים'' און א חוש צו יענע מלאכה, אז מיר זאלן טאקע קענען מצליח זיין מיט די ספעציפישע ארבעט, און דאס פארוואנדלען אלס א מקור הפרנסה, בעז''ה.






