ברוכים הבאים צו ארבעטס פלאץ

Feb 3, 2026

ארבעטס פלאץ


בס''ד

שלום וברכה טייערע ליינער צו די נייע סעריע ''ארבעטס-פלאץ'', ווי מיר גייען בס''ד דורכטון און פארשטיין וויאזוי אנצוקומען צו הנאה האבן און שעפן חיות פון די ארבעט וואס אונז טוען.

ס'איז באקאנט די וועלט'ס ווערטל ''טוה וואס דו האסט ליב, גייסטו נישט ארבעטן קיין טאג אין דיין לעבן."

די מציאות אבער איז, אז א גרויסע חלק מענטשן (אפשר אפי' רוב מענטשן) קאנעקטען בכלל נישט מיט דעם. אויב עפעס פארקערט.

רוב מענטשען קוקן נישט אהן ארבעט ווי עפעס וואס מ'האט ליב. בסך הכל איז עס עפעס וואס ''מ'מוז'' טון צו אהיימברענגען א טשעקל. אבער ליב האבן? מאן דכר שמייהו. אזוי גייט דורך וואך נאך וואך וואס די מענטש ארבעט זיך אהן, ער פילט בכלל נישט קיין סיפוק אדער סיי וועלכע הנאה פון די ארבעט, ''אבער שוין, דאס איז מיין גורל'' – טראכט ער. ''מאנטאג'' איז נישט קיין טאג וואס איז געמאכט בכלל אז מ'זאל ארויסקוקן דערויף.

רוב מענטשן האבן זיך שוין מייאש געווען פון צו קענען ליב האבן די ארבעט, ליב האבן וואס מ'טוט.

אין די קומענדיגע ארטיקלען האף איך - מיט די הילף פון באשעפער- צו טוישן אינגאנצען די דאזיגע מייאוש'דיגע בליק וואס מענטשן האבן אויף די נושא.

אין די דאזיגע ארטיקלען וועט איר בעז''ה קלאר ווערן:

וואס מיינט בכלל צו ''ליב האבן די ארבעט"

אקטועלע טיפס און מהלכים וואס וועט בעז''ה אייך פאקטיש העלפען צו טרעפן די ארבעט וואס וועט אייך מאכן'' נישט דארפן ארבעטן קיין טאג אין אייער לעבן.''

איך האף - מיט די באשעפער'ס הילף אז ווען מ'גייט מסדר זיין מיט א קלארקייט סיי וואס ס'מיינט צו ''ליב האבן'' די ארבעט, און אויך וויאזוי מ'קען אנקומען אהין - די קלארקייט אליין וועט בעז''ה העלפן אז אסאך מענשען זאלן יא קענען דערגרייכן צו טון וואס מ'האט ליב.

אבער בעפאר אונז גייען זיך נעמען צו די נושא, פון טון וואס מ'האט ליב, דארף איך קלאר מאכן, אז כדי אנצוקומען צו די ארבעט וואס אונז גלייכן גאר שטארק, דארף מען אמאל ארבעטן שווער.

צום ביישפיל, ווען איינער ווערט קלאר אז ער וויל טון א געוויסע דזשאב, וועט ער אמאל דארפן אינוועסטירן צייט און געלט, צו זיך לערנען די פאך גוט איז זייער וויכטיג אריינצונעמען די יסוד אין קאפ, אז כדי עכט צו מצליח זיין מיט סיי וואס, מוז מען ארבעטן און אריינלייגן כחות. די זעלבע זאך, איז אויך בנוגע אנצוקומען צו א פלאץ פון ליב האבן וואס מ'טוט.

און די קומענדיגע וואך וועלן מיר בעז''ה מיר מער צונעמען די יסודות וואס פעלט זיך אויס כדי ליב צו האבן וואס מ'טוט.




די ארטיקל איז געברענגט צו אייך דורך Grow Career Coach .
ארבעט איר שוין פאר 2-3 יאר און איר פילט זיך אויסגעברענט און אומצופרידען פון די ארבעט?
דאן אפשר איז שוין צייט קלאר צו ווערן גענוי וועלכע ארבעט איז געאייגנט פאר אייך, אזוי אז די
נעקסטע 30 יאר זאלט איר
בעז"ה יא הנאה האבן פון די ארבעט.
רופט אדער טעקסט 347-746-4769
אדער אימעיל growcareercoach@gmail.com אזוי אויך פאר סיי וועלכע הערות
און פידבעק שיקט אן אימעיל צו דעם דאזיגן אימעיל אדרעס.