וואס איז אן אפציע
Nov 19, 2023
סטאק מארקעט
Recent Posts
וואס איז אן אפציע?
אן אפציע איז א קאנטראקט וואס געבט דיר די רעכט צו קויפן אדער פארקויפן א סטאק ביי א ספעציפישן פרייז, אויף אדער בעפאר א געוויסע דאטום.
עס זענען נאר דא צוויי סארטן אפציעס:
א קאל אפציע: געבט דיר די רעכט צו קויפן א סטאק ביי א געוויסן פרייז.
א פוט אפציע: געבט דיר די רעכט צו פארקויפן א סטאק ביי א געוויסן פרייז.
ביז אהער איז דער יסוד. און אלעס אנדערש אין אפציעס בויט זיך פון די צוויי.
און יעצט, צו דעם משל:
שלמה הערט אז עס גייט זיין אן אונטערן שפיל דעם חול המועד סוכות. די טיקעטס ווערן נאך נישט פארקויפט, אבער ער האט א חבר יענקל וואס ארבעט פאר די אונטערן שפיל. שלמה געבט א קלינג צו יענקל און ער פרעגט אים צי ער קען אים אוועקלייגן עטלעכע טיקעטס וויבאלד ער האט מורא אז פאר וואס ווי ווען וועלן די פרייזן פאר די טיקעטס ארויפשיסן (דער חלק איז נישט א משל...). זאגט אים יענקל אזוי: "הער אויס, איך האב אזא געשעפט פאר דיר. דו צאלסט מיר $10 היינט, און איך וועל דיר געבן די רעכט צו קויפן די טיקעטס פון מיר פאר $100 און דו האסט צוויי חדשים אפצומאכן צי דו ווילסט זיי קויפן אדער נישט, און נאך צוויי חדשים איז די דיעל בטל."
וואס געשעט למעשה?
אויב גייען למעשה די אונטערן טיקעטס ארויף צו $300 א שטיק, דאן וועט שלמה גוט אויסנוצן די דיעל. ער צאלט יענקל'ן $110 ($100 פאר דעם עצם טיקעט און $10 פאר די זכות פון קענען קויפן דעם טיקעט פאר אן אפגעמאכטע פרייז). דאס מיינט אז שלמה האט באקומען א $300 טיקעט פאר $110.
און אויב למעשה בלייבן די אונטערן טיקעטס ביי $100 אדער ווייניגער, דאן טוט שלמה פשוט פארגעסן פונעם דיעל. ער שטעלט זיך אויף דער ליניע און קויפט זיך איין א טיקעט ווי יעדער איינער פאר הונדערט דאלער, און ער פארלירט די $10 וואס ער האט געגעבן פאר יענקל'ן.






