די אמת'ע געפאר צו דיין אינוועסטמענט איז נישט די אי-טי-עף, עס איז דיין רעאקציע

Jan 20, 2026

סטאק מארקעט


איבער די לעצטע פאר וואכן זענען מיר געווען פארנומען מיטן אדורכשמועסן אסאך פון די טעכנישע חלקים וואס קומען מיט אינוועסטירן: וועלכע אי-טי-עף איז די בעסטע, וועלכע בראוקרעדזש פלאטפארמע איז די מערסטע געאייגנט, און צי מען זאל נוצן ווענגארד, שוואב אדער פידעליטי. אלע די שאלות פילן וויכטיג - און אין א געוויסע זין זענען זיי - אבער זיי קומען נישט אפילו נאנט צו דער וויכטיגסטער פאקטאר אין לאנג-טערמיניגע אינוועסטירונג.

די אמת'ע געפאר צו דיין פארטפאליא איז נישט דער ספעציפישער פאנד וואס דו אינוועסטירסט אין. עס איז די וועג וויאזוי דו פירסט זיך אויף, ספעציעל דאס געפיל פון ווילן פארקויפן ווען דער מארקעט פאלט.

איבער די לעצטע 100 יאר האט זיך דער סטאק מארקעט גערוקט דורך בומס, רעסעסיעס, מלחמות, פינאנציעלע קריזיסן, פענדעמיקס, באבלס, און פאליטישע כאאס. און דאך, טראץ יעדער דראמאטישער העדליין און יעדער קראך, האט דער לאנג-טערמיניגער טרענד זיך אלעמאל געבויגן אויף ארויף. און די איינציגסטע וועג צו בענעפיטירן פון אט דעם טרענד איז זייער פשוט: דו דארפסט בלייבן אינוועסטירט.

אבער צו אונזער שלעכט מזל, איז בלייבן אינוועסטירט אויך דער שווערסטער חלק.

ווען מארקעטס פאלן 10%, 20%, 30%, פילט עס געווענליך נישט ווי א "געלעגנהייט צו קויפן." עס פילט ווי געפאר. יעדער אינסטינקט זאגט דיר צו פארקויפן, אדער דריקן די פאזע קנעפל ביז ווילאנג זאכן "בארואיגן זיך". אבער אט דער אינסטינקט - דער וואס פילט אזוי לאגיש אין דעם מאמענט - איז כמעט אלעמאל דאס וואס שיידט אפ סוקסעספולע לאנג-טערמיניגע אינוועסטירער פון די וואס פאלן אונטער.

ווייל ווען מען פארקויפט ווען די מארקעט פאלט, איז עס נישט בלויז אז דו פארקויפסט דיינע סטאקס ביי א פארלוסט. נאר מען טוט כמעט אלעמאל פארפאסן די מאמענט ווען די מארקעט ערהוילט זיך. מארקעטס טוען געווענליך זיך צוריקכאפן שנעל אדער אומערווארטעט, און אסאך פון די מארקעטס שטערקסטע טעג געשען דווקא ארום איר שוואכסטע. פארפאסנדיג אפילו אפאר פון די טעג ווען די מארקעט ערהוילט זיך שטארק קען פערמאנענט אפשוואכן דיינע לאנג-טערמיניגע ריטורנס. דאס איז פארוואס צוויי מענטשן וועלכע האלטן ביידע די זעלבע אי-טי-עף קענען זעען דראמאטישע חילוקים אין זייערע ריטורנס: די פאנד האט זיך נישט געטוישט - זייער אויפפירונג האט זיך געטוישט.

קיין איין אי-טי-עף, נישט קיין חילוק ווי דיווערסעפייד עס איז אדער ווי נידריג אירע פיז זענען, קען פארזיכערן דיין געלט אויב דו פאניקסט ווען די מארקעט פאלט. דו קענסט אינוועסטירן אין די "פערפעקטע" פאנד און נאכאלץ סאבאטאזשירן דיינע רעזולטאטן פשוט דורכן ארויסטרעטן אין דעם אומריכטיגן מאמענט. אין אינוועסטינג טוט דיסציפלין געווינען איבער סטראטעגיע. און אויפפירונג געווינט איבער סטאק סעלעקשאנס. צייט אין די מארקעט געווינט טיימינג די מארקעט - יעדעס מאל.

די אמת איז אז לאנג־טערמיניגע אינוועסטינג סוקסעס קומט נישט פון טרעפן די בעסטע אי־טי־עף אדער פלאטפארמע. עס קומט פון איבערקומען דעם נאטירליכן אינסטינקט פון אריינטרעטן און פרובירן בעסער צו מאכן די סיטואציע. נעם א גוטע, דיווערסיפייד פאנד, אינוועסט קאנסיסטענט, און דערנאך - דאס וויכטיגסטע פון אלעם - בלייב אינוועסטירט אפילו ווען ס'איז נישט באקוועם.

ווייל צום סוף, איז די גרעסטע געפאר פאר דיין פארטפאליא נישט דער מארקעט, די אי־טי־עף, אדער די פלאטפארמע. עס איז דער מאמענט וואס דו מאכסט אפ ארויסצושלעפן דיין געלט ווען זאכן הייבן אן ווערן וואקלדיג.

יענער מאמענט - נישט די פאנד - איז וואס מאכט אפ צי דו וועסט אויפבויען פארמעגנס אדער אונטערפאלן.