פראקטישע ענטפערס צו דיינע פראגעס איבער שארטינג
Dec 3, 2023
סטאק מארקעט
Recent Posts
לאמיר רעדן פראקטיש:
א חשוב'ע ליינער האט אריינגעשיקט עטליכע פראגעס איבער ווי אזוי הלכה למעשה ארבעט שארטינג, און דאס האט מיך געמאכט טראכטן אז ער איז מן הסתם נישט דער איינציגסטער וואס איז נישט קלאר אין די פראקטישע זייט פון שארטינג. וויבאלד די וועג ווי אזוי עס איז אראפגעלייגט געווארן איז געווען אויף דעם מהלך אז עס וואלט זיך געקענט דאכטן אז מען שארט סטאקס אזוי ווי מען פארקויפט אתרוגים ערב סוכות אויף די 13טע עוועניו.
פון וועמען בארגט מען די סטאק ווען מען וויל עס שארטן?
ווען מען שארט א סטאק, טוט מען בארגן די שעירס - אבער נישט פון א ספעציפישן מענטש מיט וועמען דו קענסט האבן א שייכות. נאר דיין בראוקער (א בראוקער קען זיין אדער א מענטש אדער אן עפפ ווי ראבינהוד, וואס הייסט אויך א בראוקער) האנדלט עס אויטאמאטיש. און די שעירס קומען געווענליך פון:
אנדערע קליענטנ'ס מארדזשין אקאונטס
אינסטיטוציענאלע אינוועסטירער ווי מיוטשועל אדער העדזש פאנדס
אדער דעם בראוקער'ס אייגענע אינווענטארי
אויב זעט מען אז די סטאק גייט ארויף און מען גייט פארלירן געלט, קען מען בעטן פון דעם וואס האט פארבארגט די סטאקס אז ער זאל פארלענגערן די צייט פאר עקסטרע געלט?
די קורצע ענטפער איז, ניין. וויבאלד עס איז נישט דא קיין וועג צו קענען דירעקט קאנטאקטן דעם וואס האט דיר פארבארגט די שעירס, וויבאלד דו ווייסט נישט ווער עס איז. דער בראוקער קען דיר צווינגען צו פארמאכן דיין פאזיציע אויב ווערט עס צו ריזיקאליש, און עס איז נישט דא קיין וועג צו "מאכן א דיעל" מיט דעם וואס האט דיר פארבארגט די שעירס.
וואס געשעט אויב קען מען נישט צוריק צאלן די סטאקס, איז מען לייעבל צו צאלן און ווי אזוי?
אויב די סטאק פרייז גייט גאר שטארק ארויף און דיין אקאונט האט מער נישט גענוג ווערד צו דעקן די פארלוסטן:
דאן וועט דיין בראוקער ארויסשטעלן א מארדזשין רוף, און דיר בעטן אריינצולייגן מער געלט אין דיין אקאונט.
אויב האסטו נישט גענוג געלט אריינצולייגן אין דיין אקאונט, דאן וועלן זיי ליקווידירן דיין פאזיציע און צוריק קויפן די שעירס ביי די יעצטיגע פרייז כדי עס צוריק צו געבן פאר דעם וואס האט עס דיר פארבארגט.
און אויב דאס ברענגט צו א פארלוסט וואס איז מער ווי דיין אקאונט באלאנס, וועסטו פערזענליך זיין פאראנטווארטליך פאר די לאך, און דער בראוקער קען נעמען לעגאלע שריט אנטקעגן דיר.
פארוואס האב איך געפילט אז עס איז וויכטיג דאס צו שרייבן? וויבאלד עס איז וויכטיג צו פארשטיין אז שארטינג איז ריזיקאליש און אויב זעצט מען אן קען עס קאסטן גאר טייער אן קיין וועג ארויס דערפון.






