ווי אזוי פארלירט מען געלט פון שארטינג

Dec 10, 2023

סטאק מארקעט

פאריגע וואך האבן מיר פארשטאנען ווי אזוי מען מאכט געלט פון שארטן א סטאק. די וואך וועלן מיר פארשטיין ווי אזוי מען פארלירט פון שארטינג, בעסער געזאגט... ווי אזוי מען פארלירט אסאך געלט פון שארטינג.

און דאס איז ווי אזוי מען פארלירט געלט פון שארטינג

די פשוטע געדאנק: לאמיר נוצן דעם משל וואס מיר האבן גענוצט לעצטע וואך צו פארשטיין ווי אזוי מען פארדינט געלט פון שארטינג. דו בארגסט דעם זייגער פון דיין פריינט משה, אבער אנשטאט וואס דער זייגער זאל אראפגיין אין ווערד, גייט עס ארויף אין ווערד. איז ווען דו גייסט אויף איבעי און דו הייבסט אן זוכן פאר דעם זייגער, זעסטו אז עס איז ארויף פון $100 טויזנט א יאר צוריק צו $120 טויזנט. קומט אויס אז בשעת וואס דו האסט פארקויפט משה'ס זייגער צו שמואל פאר $100 טויזנט מיט דעם חשבון אז עס וועט פאלן צו $80 טויזנט, איז עס צום סוף דורכגעפאלן און יעצט דארפסטו צוריק קויפן דעם זעלבן זייגער פאר $120 טויזנט, און דערביי פארלירסטו $20 טויזנט פון דעם גאנצן געשעפט.

יעצט לאמיר נעמען דעם משל און עס ארויסברענגען אינעם נמשל: דו גלייבסט אז א עפל שעיר וואס איז יעצט ווערט ארום $200 גייט אראפגיין צו $100 משום איזה סיבה שהיא, צי וויבאלד זיי האבן אן אונטערשטעלונג אין עי-איי אדער פאר סיי וועלכע אנדערע סיבה. דו גייסט צו צו איינעם וואס פארמאגט אן עפל שעיר, בארגסט עס פון אים און דו פארקויפסט עס פאר די יעצטיגע פרייז פון $200. אבער אנשטאט אז עס זאל פאלן צו $100, גייט עס ארויף צו $300. האסטו יעצט פארלוירן $100.

יעצט שטעלט זיך אבער די שאלה, פארוואס איז שארטינג אזוי ריזיקאליש? און די סיבה דערצו איז וויבאלד טעאריש גערעדט קען למשל עפל'ס סטאק פאלן בלויז פון $200 ביז זערא, אבער עס קען ארויפגיין אן קיין סוף. איך זאג טעאריש וויבאלד רוב פירמעס וועלן געווענליך נישט גיין צו זערא אדער ארויפשיסן ביזן לבנה, אבער פון צייט צו צייט געשעט עס יא. אין יאנואר 2021 איז א געים-סטאפ שעיר געווען אונטער $5 און אפאר טעג שפעטער איז עס ארויף צו איבער $500, און אינוועסטירער האבן פארלוירן ביליאנען, עד כדי כך אז א העדזש פאנד מיטן נאמען מעלווין קאפיטאל האט געמוזט פארמאכן איר פאנד און זיך דעקלערט באנקראט נאכן פארלירן שווערע ביליאנען וויבאלד זיי האבן געשארט געים-סטאפ. און דאס מאכט שארטינג גאר ריזיקאליש, וויבאלד אראפ קען מען אויסרעכענען פון פאראויס, אבער אויב פארט א סטאק ארויף קען מען קיינמאל נישט וויסן ווי הויך עס וועט גיין און ווי לאנג עס וועט אזוי פארבלייבן.