דער נעטווארק נעמט איבער
Feb 16, 2026
ביטקאוין
Recent Posts
מיט די צייט, האט זיך סאטאושי נאקאמאטאו ביסלעכווייז ארויסגעצויגן פון די בילד. זיינע מעסעדזשעס האבן אנגעהויבן אריינקומען ווייניגער אפט. זיין לעצטע מעסעדזש איז געווען צו אויף אפריל 23, 2011 צו ביטקאוין דעוועלאפער מייק היערן, אין די מעסעדזש האט סאטאושי געשריבן "איך האב מיך גערוקט צו אנדערע זאכן. עס איז אין גוטע הענט מיט געווין און יעדעם איינעם." ער האט ער האט נישט געמאלדן גארנישט און נישט געגעבן קיין שום הסבר, ער האט פשוט אויפגעהערט צו ענטפערן. און מיט דער צייט, איז דער מענטש וואס האט געשריבן דעם "ווייסע פאפיר" און געפירט ביטקאוין אין איר ערשטע שטאפלען, אינגאנצן נעלם געווארן.
די וויכטיגסטע איז אבער געווען וואס ס'איז געשען נאכדעם. גארנישט האט זיך צובראכן, בלאקס זענען ווייטער געמיינט געווארן, טראנזאקציעס האבן זיך ווייטער גערוקט, די סאפטוועיר איז ווייטער געלאפן פונקט ווי עס איז געלאפן ביז דאן. אנדערע דעוועלאפערס האבן איבערגעקוקט די קאוד, געלייזט פראבלעמען און געהאלטן זאכן סטאביל, אבער קיינער האט נישט איבערגענומען סאטאושי. עס איז נישט געווען קיינער וואס זאל איבערנעמען זיין ראלע, וויבאלד עס איז נישט געווען קיין ראלע איבערצונעמען.
דאס איז געווען דער ערשטער עכטע באווייז אז ביטקאוין ארבעט טאקע. אסאך פראיעקטן זענען אנגעוויזן אויף זייערע גרינדער כדי צו קענען עקזיסטירן, אבער ביטקאוין איז נישט אזוי. די תקנות זענען שוין געווען אוועקגעשטעלט, און די אינסענטיווס זענען שוין געווען אין פלאץ. מענטשן האבן געלאפן די סאפטוועיר ווייל זיי האבן געטראסט די סיסטעם, נישט ווייל זיי האבן געטראסט א מענטש. און די נעטווארק האט אליין אינפארסירט די תקנות פשוט דורכן ווייטער ארבעטן.
די דעוועלאפערס זענען נאכאלטס געווען א וויכטיגע טייל פון דעם נעטווארק, אבער זייערע מאכט איז געווען באגרעניצט. זיי האבן געקענט פארשלאגן טוישונגען, אבער זיי האבן נישט געהאט די מאכט עס צו צווינגען. יעדער אפדעיט איז נאר אריין אין קראפט אויב רוב מענטשן האבן מחליט געווען עס צו אקצעפטירן. קאנטראל איז נישט געווען קאנצענטרירט ביי איין מענטש אדער גרופע. עס איז געווען צעטיילט צווישן יעדער וואס איז געווען אויף די נעטווארק.
דורכן געצליך אוועקטרעטן, האט סאטאושי געמאכט זיין ענדגילטיגע ביישטייערונג. ער האט זיך אינגאנצן ארויסגעצויגן פונעם בילד, וואס דאס האט עלימינירט די לעצטע פונקט פון דורכפאל. ביטקאוין איז שוין מער נישט געווען א פראיעקט וואס ווערט געפירט דורך איר ערפינדער. עס איז געווארן א זעלבסטשטענדיגע סיסטעם וואס פירט זיך אליין. פון יענעם מאמענט אן איז קלאר געווארן אז ביטקאוין האט נישט באלאנגט פאר קיינעם - און דאס האט עס געמאכט זייער שווער אפצושטעלן.






