דער מערסט נישט פארשטאנענער געדאנק אין אינוועסטירן: ווי אזוי צייט שטילערהייט בויט מער פארמעגנס ווי סטראטעגיעס
Jan 20, 2026
סטאק מארקעט
Recent Posts
אויב פרעגסטו א נייע אינוועסטירער וואס מאכט טאקע אויס, וועלן ער כמעט אלעמאל זאגן "פערפארמענס." וועלכע סטאק איז געוואקסן די שנעלסטע? וועלכע אי-טי-עף האט געהאט די בעסטע טשארט, אדער וועלכע סטראטעגיע האט אויסגעשפילט דעם מארקעט פאריגע יאר. אבער דא איז די איבערראשנדע אמת וואס כמעט קיינער ערווארט נישט: לאנג-טערמיניגע פארמעגנס האט געווענטליך זייער ווייניג צו טון מיטן געפינען דעם פערפעקטן אינוועסטמענט. די אמת'ע טרייב-קראפט – דער עלעמענט וואס טוט כמעט די גאנצע שווערע ארבעט – איז פשוט ווי לאנג דו בלייבסט אינוועסטירט.
קאמפאונדינג ארבעט אזוי ווי א סלאו-קוקער. אין אנהייב, זעט אויס ווי גארנישט ספעציעל פאסירט. דו אינוועסטירסט $10,000, און נאך עטליכע יאר, וואקסט עס צו $12,000 אדער $13,000. דאס איז שיין, אבער נישט פונקטליך פייערווארקס. אבער ווי די יארן זאמלען זיך אן, טוישט זיך די חשבון דראמאטיש. די וואוקס-קוירוו ווערט שטייפער. פלוצלינג, די סומע וואס דו פארדינסט אין יאר 20 שטייגט איבער אלעס וואס דו האסט געמאכט אין די ערשטע 10 יאר צוזאמען. דאס איז נישט ווייל דו ביסט געווארן א פינאנציעלער גאון; עס איז ווייל קאמפאונדינג אינטערעסט האט געהאט גענוג צייט צו טוען איר ארבעט.
דא איז א שנעלע ביישפיל וואס איבערראשט כמעט יעדן:
אינוועסטאר א' הייבט אן ביי די 25, ער אינוועסטירט $300 א חודש, פארדינט א באשיידענע 7%, און הערט אויף ביי עלטער 35. זייער סך הכל אינוועסטירטע קאפיטאל איז $36,000
אינוועסטאר ב' ווארט ביז ער איז 35, דערנאך אינוועסטירט ער $300 א חודש ביי די זעלבע 7% ביז ער איז 65 יאר אלט. זיין סך הכל אינוועסטירטע קאפיטאל איז $108,000.
ווער ענדיגט מיט מער געלט ביים רעטייערמענט? אינוועסטאר א'.
דאס איז נישט ווייל אינוועסטאר א' האט מער אינוועסטירט (ער האט אינוועסטעט בלויז איין-דריטל פון וואס אינוועסירער ב' האט אריינגעלייגט), נאר ווייל זיין געלט האט געהאט נאך 10 יאר צו קאמפאונדן איידער אינוועסטאר ב' האט בכלל אנגעהויבן. צייט האט זיך ארויסגעוויזן צו זיין מער אימפאקטפול ווי דעם מאס פון די ביישטייערונגען, די סטראטעגיע, אדער אפילו די ראטע פון ריטוירן.
דאס ווייזט אונז פארוואס נאכיאגן נאך א עקסטערע 1% פערפארמענס איז געווענליך א דיסטרעקשאן. מענטשן זענען פארנומען מיטן טרעפן אן אינוועסטמענט וואס געבט 8% אנשטאט 7%, אבער זיי פארזען דעם פאקט אז אפלייגן צו אינוועסטירן אפילו פאר עטליכע יאר מעקט אויס שטילערהייט הונדערטער טויזנטער דאלארן אין פאטענציעלע צוקונפטיגע וואוקס. דער מארקעט באלוינט נישט דעם "קלוגסטן" אינוועסטירער; עס באלוינט דער וואס איז די פריעסטע און די מערסטע קאנסיסטענט.
נאך אלע מעשיות, איז "צייט אין מארקעט" נישט בלויז א מאטיוואציאנאלע פראזע. עס איז א מאטעמאטישער פרינציפ. הייב אן פריער, בלייב אינוועסטירט, פארמייד איבעררייסן די קאמפאונדינג פראצעס, און די נומערן וועלן אנהייבן ארבעטן אומגלויבליך אין דיין טובה. קאנסיסטענסי געווינט—נישט פערפעקטע טיימינג, נישט פעלערלאזע פאראויסזאגונגען, און נישט מארקעט-שלאגנדע סטראטעגיעס. בלויז צייט.






