די אומפערפעקטע היסטאריע פון געלט: פון זאלץ ביז פיאט

Feb 9, 2026

ביטקאוין


געלט איז קיינמאל נישט געווען א פערפעקטע ערפינדונג. עס האט שטענדיג געדינט ווי א מיטל - געפארעמט דורך די פארלאנגען פון זיין ספעציפישע תקופה, באגרעניצט דורך דעם מענטשליכן טבע, און אויסגעשטעלט צו ווערן אויסגענוצט דורך מענטשן מיט שלעכטע מאטיוון. יעדער דור נעמט איבער א פארעם פון געלט וואס לייזט די פראבלעמען פון די פארגאנגענהייט, נאר צו אנטדעקן זיינע אייגענע חסרונות. די היסטאריע פון געלט איז נישט קיין גלייכער פארשריט, נאר א סעריע פון פשרות וואס חזר‘ן זיך איבער אונטער אנדערע נעמען. 

אין אנהייב, האט געלט נישט עקזיסטירט. מענטשן האבן געהאנדלט דורך בארטער - דאס הייסט, דירעקט אויסטוישנדיג סחורה פאר אנדערע סחורה. דאס האט געארבעט אין קליינע געזעלשאפטן אבער האט זיך שנעל ארויסגעשטעלט אלס אומעפעקטיוו. האנדל האט זיך פארלאזט אויף א צופאל: ביידע צדדים האבן געדארפט וועלן וואס דער אנדערער האט אנגעבאטן, אין די ריכטיגע מאס, אין דעם זעלבן מאמענט. וואס מער געזעלשאפטן זענען געוואקסן, אלס מער האט די פריקשאן געשטערט פארשריט. דא איז געלט אויפגעקומען פשוט אלס אן אוניווערסיאלע אנגענומענע מיטל, פארלייכטערנדיג דעם אויסטויש פון סחורה אפילו אויב די סיסטעם אליין איז געווען אומפערפעקט. 

פריע פארעמס פון געלט זענען געווען פארשידנארטיג. זאלץ איז געווען ברייט גענוצט צוליב וויבאלד עס איז געווען א לעבנס-וויכטיגע פראדוקט, אבער עס האט געקענט פארדארבן ווערן און איז געווען שווער צו טראנספארטירן. בהמות האבן געהאט ווערד אבער מ'האט זיי נישט געקענט צוטיילן. ווייץ איז געווען נוצבאר אבער איז אויך שלעכט געגאנגען. שעלס פונעם ים זענען געווען גרינג צו נוצן ביז איר סופליי איז געוואקסן, און די זעלטנקייט דערפון איז פארשוואונדן געווארן. די סיסטעמען האבן פונקציאנירט גענוג גוט צו שטיצן די וואקסנדע האנדל, אבער יעדער פון זיי האבן געהאט באגרעניצונגען וואס האבן צום סוף געצווינגען א טויש. געלט האט זיך אנטוויקלט נישט ווייל עס איז געווען אידעאל, נאר ווייל די אלטערנאטיוון זענען געווען ערגער. 

טייערע מעטאלן האבן אריינגעברענגט א געפיל פון סטאביליטעט. גאלד און זילבער זענען געווען זעלטן, דויערהאפטיג, טראגבאר, און צוטיילבאר, וואס האט ערמעגליכט האנדל זיך אויסצושפרייטן איבער גרעניצן און אימפעריעס. פונדעסטוועגן, אפילו די סיסטעם איז דורכגעפאלן ווען מאכט איז געווארן א פאקטאר. הערשער‘ס האבן אפגעשוואכט די מטבעות צו פינאנסירן מלחמות און אנדערע אויסגאבן, שטילערהייט רעדוצירנדיג זייער מעטאל אינהאלט בשעת וואס זייער אפיציעלע ווערד איז געבליבן די זעלבע. אינפלאציע איז נאכגעקומען, צוטרוי איז צעפאלן, און גאנצע עקאנאמיעס זענען אפגעשוואכט געווארן. דער דורכפאל איז נישט געווען אינעם מעטאל אליין—עס איז געווען אין די מאטיוואציעס פון די מענטשן וואס האבן איר קאנטראלירט. 

פאפירענע געלט און, שפעטער, פיאט וואלוטעס האבן אינגאנצן אוועקגענומען די פיזישע חלק פון געלט. ווען די פאראייניגטע שטאטן האט אויפגעגעבן דעם גאלד-סטאנדארד אין ,1971 איז דער דאלאר געווארן א סיסטעם באזירט אויף צוטרוי אנשטאט מאטעריאלע באגרעניצונג. דאס האט ערלויבט רעגירונגען צו רעאגירן שנעל צו קריזיסן, אבער עס האט אויך געעפנט די טיר צו אומבאגרעניצטע שפענדינג. איבער און איבער—דורכאויס די אינפלאציע פון די 1970'ער יארן, די פינאנציעלע קריזיס פון ,2008 און די קאוויד תקופה—איז געלט געשאפן געווארן צו באהאנדלען דרינגענדע פראבלעמען. יעדעס מאל איז די באלדיגע פראבלעם פארלייכטערט געווארן, אבער יעדעס מאל איז די קויף-קראפט פונעם דאלער שטילערהייט פארמינערט געווארן. די היסטאריע ווייזט אז געלט פאלט נישט צוזאמען פלוצלונג. עס ווערט שוואכער ביסלעכווייז, דורך די זעלבע מאכטן וואס האבן עס אריינגעברענגט אין עקזיסטענץ.