די בעסטע טרעידינג פלאטפארמעס פאר נייע אינוועסטירער
Jan 20, 2026
סטאק מארקעט
Recent Posts
ווען מען הייבט אן אינוועסטירן - ספעציעל אין עפעס אזוי פשוט ווי אן עס-ענד-פי 500 אי-טי-עף, איז די שווערסטע חלק אפטמאל נישט אפצומאכן וואס מען וויל קויפן. עס איז אפצומאכן ווי מען זאל עס קויפן.
עס זענען דא צענדליגע פלאטפארמעס וואס טענה'ן צו זיין "ביגינער פרענדלי," אבער אין ריאליטעט, זענען קיין איינס פון זיי נישט געבויט די זעלבע. אפאר קוקן אויס ווי עראפלאן קאקפיטן, און עטליכע קוקן אויס ווי קינדער שפילצייג. איז די אמתע קשיא איז: וועלכע פלאטפארמע איז די בעסטע?
לאמיר אינאיינעם אדורכגיין די פינף פאפולערסטע פלאטפארמעס און זען וועלכע איז די מערסטע געאייגנט פאר דיך.
ראבינהוד - די גרינגסטע עפפ אנצוהייבן מיט.
אויב האסטו קיינמאל נישט אינוועסטירט בעפאר, דאן איז ראבינהוד ווי די "טרענינג ווילס" פון טרעידינג פלאטפארמעס. די קענסט עס עפענען און גראד פארשטיין ווי אזוי עס צו נוצן. עס איז נישט דא די הונדעטער טעבס אדער קאמפלעצירטע קנעפעך וואס אסאך אנדערע פלאטפארמעס האבן.
ס'איז שנעל, ריין, און אפילו "פאן" צו נוצן…
מעלות: מאדערן, מינימאל, און א גרינגע ריינע דעזיין. פרעקשינאל שעירס אן קיין טרעידינג פיז. און איז גאר געאייגנט צו קענען אוטאמאטישע קויפן אי-טי-עפ'ס.
חסרונות: גאר מינימאלע ריסורטש אדער פלאנירן טולס. און איבער צייט וועסטו עס מן הסתם אויסוואקסן.
אונטערשטע שורה: אויב די געדאנק פון אינוועסטירן פילט קאמפליצירט, איז ראבינהוד די גרינגסטע פלאץ ווי אנצוהייבן.
פידעליטי - די בעסטע איינמאל די ביזט גרייט פאר אביסל מער.
אויב ראבינהוד איז די גרינגע פלאטפארמע, דאן איז פידעליטי די נעקסטע לעוועל. עס איז נאכאלטס זייער באנוצער-פריינטליך, אבער יעצט קענסטו באקומען אסאך מער טיפקייט - ריסורטש, ריטייערמענט פלאנירן טולס, און א רייע סארט אנדערע אקאונטס.
די אינטערפעיס זעט אויס פראפעסיאנאל אבער נעמט נישט איבער די מענטש, און די מאביל עפפ איז געקומען א ווייטן וועג. איינמאל מען כאפט די געדאנק ווי אזוי עס ארבעט, פילט עס ווי די ריכטיגע פלאטפארמע פאר ערנסטע, לאנג-טערמיניגע אינוועסטירער.
מעלות: גאר גוטע קאסטומער סערוויס, $0 קאמישענס און א גוטע אי-טי-עף סעלעקציע, און א גוטע באלאנס צווישן טולס פאר נייע און פארגעשריטענע אינוועסטירער.
חסרונות: די וועבזייטל קען אין אנפאנג אויסקוקן אביסל קאמפליצירט, און עס נעמט צייט זיך צו באקענען מיט אלע פיטשערס.
אונטערשטע שורה: אויב ווילסטו א פלאטפארמע וואס איז גענוג גרינג זיך אויסצולערנען אבער אין די זעלבע צייט גענוג מאכטפול מיט צו וואקסן מיט דיך, איז פידעליטי מן הסתם די בעסטע לאנג-טערמיניגע אפציע.
טשארלס שוואב - א פלאטפארמע וואס מען קען זיך דערויף פארלאזן.
שוואב איז נישט גלאנצעדיג - און דאס איז פונקטליך וואס זיי ווילן. עס איז רואיג, מען קען זיך דערויף פארלאזן, און איז געבויט פאר מענטשן וועלכע ווילן שטילערהייט אינוועסטירן פאר די קומעדיגע 30 יאר. די אויסשטעל איז נישט אזוי שיין ווי ראבינהוד, אבער עס איז מסודר, און איינמאל מען לערנט זיך ווי זאכן ליגן, הייבט עס פשוט אן ארבעטן.
עס איז אויך איינער פון די ווייניג פלאטפארמעס וואס פילן ווי עס איז געמאכט געווארן פאר אי-טי-עף אינוועסטירער.
מעלות: עס האט גאר גוטע אוטא-אינוועסט פיטשערס פאר אי-טי-עפ'ס, מען באקומעט צוטריט צו שוואב'ס אייגענע גאר גוטע פאנדס, און גאר גוטע סערוויס און עדיוקאציע.
חסרונות: אביסל מער "אלטמאדיש" אין דעזיין, נישט גוט פאר שנעלע אויפן מינוט טרעידינג, און לאזט דיך נישט קויפן קיין פרעקשינאל אי-טי-עפ'ס (סטאקס יא).
אונטערשטע שורה: אויב טראכסטו לאנג-טערמין - נישט טרעידן, בלויז וואקסן - איז שוואב א רואיגע, פארלעסליכע אפציע וואס וועט נאך זיין ארום ווען די ריטייערסט.
ווענגארד - די פשוטסטע פאר אמתע לאנג טערמיניגע אינוועסטירער.
יא, ווענגארד'ס וועבזייטל זעט אויס די זעלבע ווי אין 2008. אבער די זאך איז - אז פאר לאנג-טערמיניגע אינוועסטירער, מאכט עס נישט אויס.
אויב די פלאנטסט צו קויפן א עס-ענד-פי 500 אי-טי-עף יעדער חודש און נישט טראכטן וועגן עס, דאן איז ווענגארד די בעסטע אפציע.
מעלות: גאר נידריגע קאסטן אי-טי-עפ'ס, עס איז פאקוסירט בלויז אויף לאנג-טערמין אינוועסטינג, און איז פשוט און נעמט אוועק די רייץ פון פארקויפן אדער שפילן מיט די סטאקס.
חסרונות: א גאר אלטמאדישע וועבזייטל און עפפ, און האט זייער ווייניג אנאליטיקס און טולס.
אונטערשטע שורה: אויב ביזטו א "סעט איט ענד פארגעט איט" אינוועסטירער, איז דאס די פשוטסטע, און בעסטע פלאץ עס צו טוען.
וויבול - פאר נייע אינוועסטירער וועלכע האבן ליב מער טולס
וויבול איז ווי די מיטל וועג צווישן ראבינהוד'ס פשוטקייט און פידעליטי'ס קאמפלעצירטקייט. די דעזיין פילט מאדערן און שיין, אבער דאך געבט עס דיך אסאך פון קאנטראל
עס איז די סארט פלאטפארמע וואס העלפט דיך לערנען דורכן טוען
מעלות: ריינע, מאדערנע אינטערפעיס, מיט פארגעשריטענע טשארטס און אנאליסט טולס
חסרונות: קען פילן צו פארנומען אויב ווילסטו בלויז קויפן אי-טי-עפ'ס, ווייניגער לאנג טערמין פאקוסירט ווי פידעליטי אדער שוואב
אונטערשטע שורה: אויב האסטו שוין אויסגעוואקסן ראבינהוד'ס פשוטקייט אבער די ווילסט נאך אלס א געפיצטע, מאדערנע עפפ אדער וועבזייטל, דאן איז וויבול א גוטע פלאץ פאר דיך
די געווינער - ווענדט זיך אין ווי אזוי די טראכסט
אויב ווילסטו בלויז עפעס פשוט און געשמירט: דאן הייב אן מיט ראבניהוד (עס איז א ריפערעל לינק און מען באקומט $5-$200 ווערד פון א סטאק אויב סיינט מען אויף און מען אינוועסטירט כאטש $1)
אויב ווילסטו אן אייביגע היים פאר דיין געלט: גיי מיט פידעליטי אדער שוואב
אויב האסטו עס ליב מינימאל און לאנג-טערמין: ווענגארד
אויב ווילסטו עקספערימענטירן און זיך אויסלערנען אויפן וועג: וויבול
נאך אלע מעשיות, איז די בעסטע פלאטפארמע נישט דער מיט די מערסטע קנעפלעך אדער פיטשערס - עס איז די פלאטפארמע וואס וועט דיך מאכן פילן באקוועם מיטן עס עפענען, נוצן, און בלייבן דערמיט
וויבאלד קאנסיסטענסי געווינט איבער קאמפלעקסעטי - יעדער מאל.






