די פינף פאפולערסטע עס-ענד-פי 500 אי-טי-עפ'ס - און וועלכע איז די בעסטע פאר רוב מענטשן
Jan 20, 2026
סטאק מארקעט
Recent Posts
אויב ווילסטו אינוועסטירן אין די אמעריקאנער סטאק מארקעט אן דארפן קויפן פיל באזונדערע סטאקס, איז א עס-ענד-פי 500 אי-טי-עף איינער פון די גרינגסטע וועגן ווי אזוי עס צו באווייזן. די פאנדס האלטן אין זיך די 500 גרעסטע פירמעס אין אמעריקע, איז ווען די קויפסט איין אי-טי-עף שעיר האסטו אין אמתן געקויפט א שטיקל פון די אמעריקאנער עקענאמיע.
און דאס זענען די פינף פאפולערסטע עס-ענד-פי 500 אי-טי-עפ'ס.
נאר פאר מיר הייבן אן איז וויכטיג קלאר צו מאכן ווי אזוי צו ליינען די פאנד נעמען. לאמיר נעמען פאר א משל די ערשטע אי-טי-עף אויף די ליסטע, די עס-פי-וויי אי-טי-עף. "עס-פי-וויי" איז די טיקער סימבאל פון די אי-טי-עף פונקט ווי יעדער פירמע האט א טיקער סימבאל וואס איז געווענליך ענליך אבער קורצער פון זייער נאמען למשל עפל'ס טיקער סימבאל איז עי-עי-פי-על און טעסלא'ס איז טי-עס-על-עי. און "עס-פי-די-אר" שטייט פאר די ברענד אדער פירמע וואס איז די אייגינטאמער פון דעם אי-טי-עף.
SPY - SPDR S&P 500 ETF
פארוואס עס איז פאפולער: עס איז די ארגינעלע עס-ענד-פי 500 אי-טי-עף (זייט 1993) און ווערט געהאנדלט מער ווי יעדער אנדערע פאנד.
מעלה: עס איז אלעמאל גאר גרינג עס צו קויפן אדער פארקויפן.
חסרון: עס האט אביסל א העכערע יערליכע קאסטן (0.09%) און ווייניגער שטייער עפישענט.
די בעסטע פאר: אינוועסטירער אדער מענטשן וואס קויפן און פארקויפן אפט.
VOO - Vanguard S&P 500 ETF
פארוואס עס איז פאפולער: עס איז פון די רעספעקטירטע ווענגארד פירמע, און באקאנט פאר איר ביליגע קאסטן און פשוטקייט.
מעלה: עס זייער ביליג (0.03%) און געאייגנט פאר לאנג טערמיניגע אינוועסטינג.
חסרון: נישט אזוי ליקוויד ווי די עס-פי-וויי (אבער נאכאלטס מער ווי גענוג)
די בעסטע פאר: נייע און לאנג טערמיניגע אינוועסטירער.
IVV - iShare Core S&P 500 ETF
פארוואס עס איז פאפולער: עס איז כמעט די זעלבע זאך ווי די ווי-או-או, נאר עס איז בלעק-ראק אנשטאטס פון ווענגארד.
מעלה: די זעלבע ביליגע קאסטן און פערפארמענס ווי די ווי-או-או.
חסרון: אביסל א קלענערע טרעידינג וואליום ווי די ווי-או-או.
די בעסטע פאר: איינער וואס נוצט שוין איי-שעירס פאנדס.
SPLG - SPDR Portfolio S&P 500 ETF
פארוואס עס איז פאפולער: די ביליגסטע פון יעדעם (ארום 0.02%)
מעלה: גאר ביליגע קאסטן, גוט פאר לאנג טערמיניגע אינוועסטירער.
חסרון: טרעיד אביסל ווייניגער אפט ווי די עס-פי-וויי.
די בעסטע פאר: מענטשן וואס ווילן די ביליגסטע פיז.
SPYG - SPDR S&P 500 Growth ETF
פארוואס עס איז פאפולער: פאקוסירט אויף די "וואוקס" חלק פון די עס-ענד-פי 500 (טראכט עפל, מייקראסאפט, נעווידיע.)
מעלה: קען פארדינען מער אין בול מארקעטס.
חסרון: קען פאלן מער ווען וואוקס סטאקס פאלן.
די בעסטע פאר: אינוועסטירער וואס ווילן אביסל מער ריזיקע פאר מער פאטענציאלע פראפיט.
איז, וועלכע איז די בעסטע פאר רוב מענטשן?
אלע די פאנדס אינוועסטירן אין די זעלבע 500 פירמעס, און צוליב דעם זענען די פארדינסטן כמעט די זעלבע ביי אלע. די איינציגסטע עכטע חילוק איז וויפול עס קאסט און ווי אפט עס טרעיד.
די געווינער:
VOO (Vanguard S&P 500 ETF)
עס איז פשוט, ביליג, געטרויבאר, און פארזיכערט - די בעסטע פאר לאנג-טערמיניגע, נייערע אינוועסטירער וואס ווילן בלויז קויפן און האלטן.






