פארוואס און ווי אזוי זאל א ביזנעס אייגנטימער פארקויפן שעירס פון זיין פירמע
Jan 28, 2024
סטאק מארקעט
Recent Posts
שטעלט אייך פאר אז איר זענט דער אייגנטימער פון א בעקעריי און זאכן גייען גאנץ פיין. די האסט די בעסטע בעקעריי אין דער געגנט און עס זענען אפילו דא צייטן ווען די שורה שלענגלט זיך ארויס אויפן גאס. אבער די האסט גרעסערע פלענער ווי דאס. די גלייבסט באמת אז דיין פירמע און דיינע פראדוקטן זענען דער נעקסטער דורכברוך אין דער אינדוסטריע און דערפאר ווילסטו אויסברייטערן דיין ביזנעס. די ווילסט עפענען מער געשעפטן, אויפנעמען מער ארבעטער, און לויפן גרעסערע מארקעטינג קאמפיינען. אבער כדי דאס צו קענען באווייזן וועסטו מוזן אויפטרייבן "קאפיטאל" (א סאפיסטיקירטע ווארט פאר געלט) פאר דיין פירמע. איז אזוי, די קענסט בארגן געלט פון דער באנק, אבער עס איז לאו דווקא אז זיי וועלן אייך בכלל וועלן פארבארגן דאס געלט, און אפילו אויב יא, וועסטו דארפן צאלן אינטערעסט דערויף. אדער קענסטו אויפטרייבן געלט דורכן פארקויפן שעירס אין דיין פירמע, און אין דעם זענען דא צוויי וועגן ווי אזוי עס צו טון. איין מהלך איז צו פארקויפן די שעירס פריוואט פאר קרובים, חברים אדער סתם פריוואטע אינוועסטירער, מענטשן וואס גלייבן אז דיין פירמע וועט מצליח זיין. אדער קענסטו עס טון אויף א פובליק פארנעם און פארקויפן די שעירס פאר סיי ווער עס וויל עס נאר קויפן.
ווי אזוי פארקויפט מען שעירס פאר די פובליק?
פארקויפן שעירס פאר דער פובליק ווערט געטון דורך א ספעציעלן אווענט וואס רופט זיך אן איי-פי-או. יעצט לאמיר אויסשמועסן די פראצעס פון נעמען א פירמע פובליק.
די ערשטע זאך וואס מען דארף טון איז אפמאכן וויפיל שעירס פון דיין פירמע דו ביסט מסכים צו פארקויפן. די שעירס וואס דו ביסט גרייט צו פארקויפן פארן פובליק ווערט אפטמאל אנגערופן די "פלאוט". איינמאל מען מאכט אפ וויפיל שעירס מען וויל פארקויפן, דארף מען יעצט אפמאכן די ווערד פון א שעיר און פאר וויפיל געלט מען גייט עס פארקויפן. אט דאס ווערט אפגעמאכט באזירט אויף די פינאנציעלע מצב פון דיין פירמע, ווי דיין פירמע שטייט אנטקעגן די אנדערע פירמעס אין דיין אינדאסטריע, וויפיל פארלאנג עס וועט זיין פאר דיינע שעירס איינמאל עס גייט פובליק, און פיל אנדערע טעכנישע פאקטארן וואס ווערן גענומען אין באטראכט.
דערנאך וועלן פירמעס ארויסלייגן זייערע שעירס צו פארקויפן אויף א פלאטפארמע וואס רופט זיך א "סטאק עקסטשעינדזש". דאס מסביר צו זיין, לאמיר נוצן אן אתרוג שוק אלס א משל. אין דיין שטאט קענען זיין אסאך אתרוגים שוק'ס, אבער דו האסט די אפציע אויפצושטעלן דיין טישל אין בלויז איינע פון זיי. יעצט, יעדער אתרוג סוחר וועט אויפשטעלן זיין טישל געוואנדן אויף די סחורה וואס ער פארקויפט און אין וועלכע שוק זיינע קליענטן זענען די מערסטע געאייגנט זיך צו דרייען. איז אנשטאט אתרוגים שוק'ס, שטעלט אייך פאר אז זיי הייסן סטאק עקסטשעינדזש'עס. זיי זענען די פלאץ ווי דאס קויפן און פארקויפן געשעט. און אנשטאט א גרופע פון אתרוג סוחרים זענען זיי א גרופע פון פירמעס, און דער אייגנטימער פון די פירמע איז דער וואס דארף אפמאכן וועלכע סטאק עקסטשעינדזש וועט ארבעטן די בעסטע פאר זיין פירמע. יעדער סטאק עקסטשעינדזש וועט האבן זייער אייגענע ליסטע פון זאכן וואס פירמעס מוזן האבן כדי צו קענען פארקויפן זייערע שעירס דערויף.
די גרעסטע עקסטשעינדזשעס אין אמעריקע זענען די ניו יארק סטאק עקסטשעינדזש וועלכע איז געגרינדעט געווארן אין 1817, און די נעסדעק וועלכע איז געגרינדעט געווארן אין 1971 און איז מערסטנס באקאנט פארן האבן אסאך פון די גרעסטע טעק פירמעס אויף איר פלאטפארמע, פירמעס ווי גוגל, עפל, עמעזאן, און אינטעל. אבער סטאק עקסטשעינדזשעס עקזיסטירן ארום די גאנצע וועלט.
יעצט לאמיר אריינברענגען די סטאק בראוקער
דער סטאק בראוקער איז דער וואס קויפט און פארקויפט סטאקס פאר זיינע קליענטן. זיי זענען ווי דער מיטל-מאן אין דער פראצעדור. אמאל פלעגן בראוקערס גיין צו א פלאץ וואס רופט זיך א "טרעידינג פלאר" אין א סטאק עקסטשעינדזש, שרייענדיג איינער איבערן צווייטן פראבירנדיג צו ערפילן די ארדערס פון זייערע קליענטן. אבער אדאנק טעכנאלאגיע איז די פראצעדור געווארן מער און מער אויטאמאטיש, און ווערט היינט צוטאגס געטון נוצנדיג קאמפיוטער אלגאריטמען. דאס האט פארמינערט דאס דארפן האבן א פיזישע לאקאציע פאר א סטאק עקסטשעינדזש. די נעסדעק למשל האט בכלל נישט קיין טרעידינג פלאר און אפילו דער ניו יארק סטאק עקסטשעינדזש טרעידינג פלאר איז שוין ווייט נישט ווי עס פלעגט אמאל זיין.






