די היסטאריע פון אפציעס

Nov 12, 2023

סטאק מארקעט

לאמיר א רגע דורכגיין די היסטאריע פון אפציעס, וואס וועט אונז געבן א בעסערע פארשטאנד ווי אזוי עס ארבעט.

אין גריכנלאנד מיט 2,500 יאר צוריק זענען אפציעס צום ערשטן מאל גענוצט געווארן דורך א פילאזאף וואס האט געגלייבט אז עס וועט וואקסן אסאך איילבירטן יענעם יאר. איז ער געגאנגען צו די לאקאלע איילבירטן פרעס אייגנטימער מיט אזא אפמאך: פאר א קליינע פרייז יעצט, האט ער באקומען דאס רעכט צו נוצן זייערע פרעסן פאר א פון פאראויס באשטימטע פרייז שפעטער. ווען די צייט איז געקומען און עס איז טאקע געווען אסאך איילבירטן, האט די פארלאנג פאר א פרעס עקספלאדירט און ער האט געקענט צאלן פאר די אייגנטימער די פרייז וואס זיי האבן פון פאראויס באשטימט און דערנאך געבעטן פיל מער פון די וואס האבן געוואלט נוצן זיין פרעס.

און די זעלבע זאך איז היינט, 2,500 יאר שפעטער:

דו צאלסט $10 פאר א ספעציעלע קאנטראקט. דער קאנטראקט גיבט דיר די רעכט צו קויפן א שעיר פון עפל פאר $100 פון יעצט ביז סוף פון דער וואך, נישט קיין חילוק צי דער סטאק גייט ארויף אדער אראפ, וועט ער עס דיר געבן פאר $100 אויב דו ביסט אינטערעסירט אין עס קויפן. אויב דער פרייז פאר אן עפל שעיר גייט ארויף צו $150, קענסטו זאגן פאר דעם וואס דו האסט געקויפט די אפציע פון: "ר' איד, פארקויף מיר די עפל שעיר פאר די $100 פרייז וואס מיר האבן אפגעמאכט א וואך צוריק." און דערנאך פארקויפסטו עס פאר דעם יעצטיגן פרייז פון $150. קומט אויס אז דו האסט פארדינט $40 (רעכן אראפ די $10 וואס דו האסט געדארפט צאלן פאר די אפציע). אויב פאלט דער פרייז פון אן עפל שעיר צו $50, דאן נוצסטו נישט דעם קאנטראקט (ווייל געדענק, דו האסט די אפציע עס צו קויפן אדער נישט). דו זאגסט פאר דעם וואס דו האסט געקויפט די אפציע פון: "ר' איד, דו קענסט זיך האלטן מיט דיין עפל סטאק," און סך הכל וואס דו האסט פארלוירן איז די $10 וואס דו האסט געצאלט פאר די אפציע.

דאס איז א קאלל אפציע.