לאמיר איינמאל פאר אלעמאל פארשטיין די סטאק מארקעט
Feb 25, 2024
סטאק מארקעט
Recent Posts
א גוטן טייערע פריינט!
דא אין אפיס האט איך אפגעמאכט אז גענוג איז גענוג. גענוג מיטן "וויסן" וואס די סטאק מארקעט איז און ווי אזוי עס ארבעט, אבער ווען איינער פרעגט מיך "נא, ווי אזוי ארבעט די סטאק מארקעט?" בלייב איך מיטן צונג אינדרויסן נאך די צווייטע ווארט. אפציעס, שארטינג, שעירס, אי-טי-עפ'ס, איי-פי-או'ס, מיוטשועל פאנדס, אינדעקסעס... עס איז איין גרויסע צעמישעניש.
נו? פארוואס טאקע פארשטיי איך נישט ווי אזוי די סטאק מארקעט ארבעט? איז אזוי, ווייל מיין שוואגער האט מיר מסביר געווען וואס אפציעס זענען, מיין חברותא האט מיך אויסגעלערנט וואס שארטינג איז, און עפעס א מבין האט מיר מסביר געווען וואס מיוטשועל פאנדס זענען. אלזא, וואס געשעט איז אז יעצט האב איך שטיקלעך אינפארמאציע פון פינף אנדערע מענטשן וואס האבן עס אלע מסביר געווען אויף זייער מהלך, איז ווען איך פרוביר צוזאמצושטעלן די פאזל ארבעט עס נישט ווייל יעדער שטיקל דערפון קומט פון אן אנדערן פראדוצירער.
יעדער וויל פארשטיין וואס די סטאק מארקעט איז און ווי אזוי עס ארבעט. א מענטש וואס פארשטייט עס נישט פילט זיך ארויסגעלאזט, ווי כאילו עס איז דא א גאנצע וועלט ארום אים וואס ער קען אין בעצם פארשטיין און עס קען זיין גאר נוגע פאר אים, אבער ער ווייסט פשוט נישט וואס פליט. וועגן דעם האבן מיר אפגעמאכט אז איינמאל פאר אלעמאל וועלן מיר מסביר זיין די סטאק מארקעט מיט אזא קלארקייט אז עס וועט זיין אוממעגליך עס נישט צו פארשטיין. מיר וועלן אנהייבן די סעריע מיט די יסודות און ארויפבויען פון דארט.
שוין גענוג גערעדט, לאמיר אריינטאנצן.
עס איז דא עפעס וואס מען דארף וויסן וועגן געלט און ווי אזוי עס ארבעט. וואס מער צייט גייט פארביי, פארלירט דיין געלט אביסל פון איר ווערד צוליב עפעס וואס רופט זיך "אינפלאציע". למשל, (גוישע) מילך האט געקאסט כמעט 10 מאל מער אין 2013 ווי עס האט געקאסט אין 1913. רוב לענדער צילן פאר אן אינפלאציע ציפער פון 2%-2.5% א יאר. קומט אויס אז אויב האט איר הונדערט דאלער היינט, וועט עס אין א יאר פון יעצט זיין ווערד כאטשיג $2-$2.5 ווייניגער. דאס מיינט אז בלויז פון האלטן דיין געלט אין באנק וועט עס פארלירן א שיינע סומע פון איר ווערד איבער די יארן. און דא קומט אריין די טערמין וואס רופט זיך "אינוועסטירן" - די געדאנק פון נוצן דיין געלט צו מאכן מער געלט אפצושלאגן אינפלאציע.
און דא קומט אריין די געדאנק פון "אינוועסטירן" אין די סטאק מארקעט. אבער וואס איז די סטאק מארקעט? א מארקעט איז פשוט א פלאץ אין וועלכן זאכן ווערן געקויפט און פארקויפט. אין לענדער ווי אמעריקע, ענגלאנד און אינדיע ווערט די עקאנאמיע בעיקר געטריבן דורך פארשידענע מארקעטס. למשל, א פרוכט מארקעט האנדלט מיט דעם קויפן און פארקויפן פון פרוכט, א ריעל עסטעיט מארקעט האנדלט מיט דעם קויפן און פארקויפן פון הייזער, און די סטאק מארקעט האנדלט מיט דעם קויפן און פארקויפן פון סטאקס. יעצט פרעגט זיך די שאלה, וואס פונקטליך זענען סטאקס?
א סטאק אדער א שעיר, ביידע זענען טערמינען וואס מיינען מער ווייניגער די זעלבע זאך און רעפרעזענטירן א חלק פון אן אייגנטומערשאפט אין א פירמע. אויב פירמע פלוני האט א טאטאל פון צען שעירס און דער גרינדער פון דער פירמע האט אלע צען שעירס, איז 100% פון זיין פירמע זיינס, אבער אויב האט ער נאר פינף שעירס וועט נאר 50% פון זיין פירמע באלאנגען צו אים, און אזוי ווייטער. און די וואס האלטן שעירס אין א פירמע ווערן אפטמאל גערופן "שעיר-האלטערס".
אבער דא קומט אריין נאך א שאלה, פארוואס זאל א ביזנעס אייגנטימער אדער גרינדער וועלן פארקויפן שעירס פון זייער אייגענע פירמע?






