וואס איז אן אפציע חלק ב

Nov 26, 2023

סטאק מארקעט

די פארגאנגענע וואך האבן מיר אראפגעלייגט דעם עצם יסוד פון אפציעס און וואס עס מיינט. די וואך וועלן מיר בעזהשי"ת ווייטער ממשיך זיין צו בויען דערויף און ארויסגיין קלארער דערפון.

לאמיר שנעל איבערגיין:

וואס איז אן אפציע?

אן אפציע איז א קאנטראקט צווישן צוויי מענטשן.

עס געבט איין מענטש די רעכט צו קויפן אדער פארקויפן א סטאק פאר א געוויסע פרייז, אין א געוויסע צייט אפשניט.

עס זענען נאר דא צוויי סארטן אפציעס:

קאלל אפציע - די רעכט צו קויפן די סטאק

פוט אפציע - די רעכט צו פארקויפן די סטאק

די עיקר חלקים פון אן אפציע:

סטרייק פרייז - די פרייז וואס עס גייט זיין ביים קויפן אדער פארקויפן די סטאק

עקספיירעישן דאטום - ווילאנג די אפציע עקזיסטירט. נאך די דאטום, ווערט עס פארשווינדן

פרימיום - די פרייז וואס עס קאסט צו קויפן די אפציע

די פשוטע געדאנק אין בלויז אידיש:

דו קויפסט א קאלל אפציע - דו צאלסט געלט (די פרימיום) פאר די שאנס צו קענען קויפן די סטאק פאר ביליגער שפעטער. (דו ווילסט די סטאק זאל ארויפגיין)

דו קויפסט א פוט אפציע - דו צאלסט געלט (די פרימיום) פאר די שאנס צו קענען פארקויפן די סטאק העכער שפעטער. (דו ווילסט די סטאק זאל אראפגיין)

דו פארקויפסט א קאלל אפציע - דו ווערסט באצאלט א פרימיום דורך דער וואס קויפט דיין קאלל אפציע, מיט די האפענונג אז די סטאק וועט נישט ארויפגיין צו סאך

דו פארקויפסט א פוט אפציע - דו ווערסט באצאלט א פרימיום דורך דעם וואס קויפט דיין פוט אפציע, מיט די האפענונג אז די סטאק וועט נישט פאלן צו סאך.

איינמאל מען פארשטייט ווי אזוי די פיר ארבעטן (קויפן אדער פארקויפן א קאלל אדער פוט אפציע), דאן וועט מען פארשטיין ווי אזוי אפציעס ארבעטן, וויבאלד דאס איז עס - דאס איז אפציעס אין אפאר שורות. און יעצט אז מיר האבן שוין געבויט די יסודות, וועלן מיר דעם קומענדיגן וואך אי"ה אנהייבן צוזאמען צו פארשטיין ווי אזוי זיי ארבעטן איינס אויף אמאל.