ברוכים הבאים צו אינדעקסעס

Jan 7, 2024

סטאק מארקעט

צוליב דעם איז לאנג-טערמיניגע אינוועסטירן געווענטליך די בעסערע אויסוואל פאר דעם דורכשניטליכן קלענערן אינוועסטירער, אין פארגלייך צו קורץ-טערמיניגע אינוועסטירן. אינוועסטירן פאר די לאנגע טערמין מיינט קויפן שעירס און זיי האלטן פאר אסאך יארן. דער ביליאנער אינוועסטירער ווארען באפעט איז באקאנט פאר'ן ניצן די סטראטעגיע פון "וועליו אינוועסטירן", וואס מיינט אז ער באטראכט א פירמע'ס יסודות, אירע אסעטס, חובות, און איר אמת'ע ווערד, און דאן אינוועסטירט ער אין פירמעס וואס ער גלייבט זענען אונטערגעשאצט. ווי מיר אלע ווייסן, האט די סטראטעגיע זיך זייער גוט אויסגעארבעט פאר אים.

פון דער אנדערער זייט, מיינט קורץ-טערמיניגע אינוועסטירן האלטן שעירס פאר א גאר קורצער צייט, אמאל אפילו ווייניגער ווי איין טאג איידער מען פארקויפט זיי. אבער פאר רוב קלענערע אינוועסטירער, איז קורץ-טערמיניגע אינוועסטירן צו ריזיקאליש, צו גרינג צו פארלירן געלט דערמיט, און נישט ווערד די צייט און ענערגיע וואס עס פאדערט אויף צו מצליח זיין. די מערסטע פון אונז ווילן מאכן אינוועסטמענטס וואס פאדערן נישט צופיל צייט און כוחות. אין דעם בעסטן פאל, ווילן מיר קענען אריינלייגן געלט און עס פשוט לאזן ליגן. און פאר געוויסע מענטשן, איז אפילו די געדאנק פון דארפן פארשן א פירמע שוין צופיל.

ברוכים הבאים צו אינדעקסעס

אינדעקסעס פאלגן נאך ספעציפישע סטאקס און קענען דיר געבן א כללית'דיגע בילד איבער דעם סטאק מארקעט. למשל, דו האסט מסתמא שוין געהערט פון דעם דאו דזשאונס אינדאסטריעל עוועריזש, וואס ווערט אפט גערופן איינפאך דער דאו דזשאונס אדער נאר דער דאו. דער דאו דזשאונס איז אן אינדעקס וואס פאלגט נאך די 30 גרעסטע פירמעס וואס זענען געליסטעט אויפן אמעריקאנעם סטאק עקסטשעינדזש. אדער אפשר האסטו געהערט פון דעם עס ענד פי 500? דער דאזיגער אינדעקס פאלגט נאך די 500 גרעסטע פירמעס אויפן אמעריקאנעם סטאק עקסטשעינדזש. דער סיבה פארוואס די אינדעקסעס עקזיסטירן איז כדי מיר זאלן קענען פארשטיין דעם מצב פונעם סטאק מארקעט. אבער שטעל דיר פאר אז אנשטאט צו אינוועסטירן באזונדער אין אלע 500 פון די גרעסטע פירמעס אין אמעריקע, קען איך אריינלייגן מיין געלט אין איין איינציגן פאנד וואס אנטהאלט אלע 500 פון די דאזיגע פירמעס.