ווי אזוי למעשה געשעט א טרעיד

Jan 21, 2024

סטאק מארקעט

איז ווי אזוי למעשה געשעט א טרעיד?

א אינוועסטירער וועט צום ערשט גיין צו א בראוקער און אריינלייגן אן ארדער פאר א שעיר, פונקט ווי מען באשטעלט עפעס פון אמאזאן. אבער, אנדערש פון א געווענליכע אמאזאן באשטעלונג, דארף מען פאר דעם ארדער געבן נאך א פאר דעטאלן. צום ערשט, דארף מען לאזן וויסן דעם בראוקער פון וועלכע פירמע מען וויל קויפן אדער פארקויפן א שעיר. דאס ווערט אפט פארגעשטעלט מיט א זאך וואס רופט זיך א טיקער סימבאל, וואס איז פשוט א קורצע נאמען פאר א פירמע. למשל, עפל'ס טיקער סימבאל איז AAPL, און טעסלא'ס איז TSLA. מען קען געפינען א פירמע'ס טיקער סימבאל מיט א פשוט'ע גוגל זוך. נאכדעם וואס מען האט געלאזט וויסן דעם בראוקער מיט וועלכע פירמע מען וויל האנדלען, דארף מען אים זאגן צי מען וויל קויפן שעירס פון די פירמע אדער זיי פארקויפן. דערנאך קומט דער סארט ארדער.

איין סארט ארדער איז א "מארקעט ארדער", וואס מיינט אז ס'איז ווי דו זאגסט פאר דיין בראוקער, "מיסטער בראוקער, קויף אדער פארקויף די שעיר פאר'ן יעצטיגן מארקעט פרייז." א צווייטע סארט ארדער איז א "לימיט ארדער", וואס איז ענליך צו אן אוקשאן, וואו דו קענסט באשטימען א מינימום פרייז פאר וועלכן דו ביסט גרייט צו פארקויפן דיינע שעירס, אדער א מאקסימום פרייז וואס דו ביסט גרייט צו באצאלן פאר א שעיר. דאס מיינט אז דו וועסט נישט פארקויפן דיינע שעירס פאר ווייניגער ווי דעם מינימום פרייז וואס דו האסט באשטימט, און דו וועסט אויך נישט קויפן קיין שעיר וואס קאסט מער ווי דיין באשטימטן מאקסימום פרייז.

עס זענען דא נאך סארטן ארדערס, אבער מארקעט ארדערס און לימיט ארדערס ווערן באטראכט אלס די צוויי הויפט סארטן.

נאכ'ן לאזן וויסן דיין בראוקער וועלכע סארט ארדער דו ווילסט מאכן, וועסטו אים דאן לאזן וויסן וויפיל שעירס דו ווילסט קויפן, און דאס איז עס! דיין ארדער איז גרייט.

איר זעט, עס העלפט צו באטראכטן דעם סטאק מארקעט ווי אן אוקשען מארקעט. עס זענען דא טויזנטער קויפער וואס צייגן אן וויפיל זיי זענען גרייט צו באצאלן פאר א שעיר, און טויזנטער פארקויפער וואס בעטן א ספעציפישן פרייז. ווען א קויפער און פארקויפער זענען מסכים אויף א פרייז, פאסירט דער "טרעיד". דער פראצעס פאסירט מיליאנען מאל א טאג, און סטאק פרייזן גייען ארויף און אראפ באזירט אויף "סופליי און דימענד". דאס מיינט, וואס מער מענטשן עס ווילן קויפן א ספעציפישן שעיר, אלץ מער וועט זיין פרייז ארויפגיין, און דאס זעלבע פאסירט פארקערט אויך.

אין די פארגאנגענהייט פלעגט מען דאס טון דורך געשריבענע בריוו, און מ'האט געקויפט און פארקויפט פיזישע שעיר סערטיפיקאטן. ווען דער טעלעפאן איז ארויסגעקומען, האט מען געקענט מאכן ארדערס איבער'ן טעלעפאן דורך רופן דיין בראוקער. היינט צו טאגס זענען רוב בראוקערעדזש פירמעס אנליין אדער האבן עפפס וואו דו קענסט מאכן אן ארדער אן דארפן רעדן מיט א בראוקער. אין צוגאב, זענען שעירס אריבער פון זיין פיזישע סערטיפיקאטן צו עלעקטראנישע רעקארדס.