ווי אזוי קען איך ניצן אלע די ידיעות צו מאכן די ריכטיגע אינוועסטמענט באשלוסן

Jan 14, 2024

סטאק מארקעט


This content is for informational purposes only and should not be construed as financial advice or an endorsement of any particular security. Before making any investment decisions, please consult with a qualified financial advisor and conduct your own thorough research. Liability is not accepted for any loss or consequences resulting from investment decisions made based on this information.


שוין, יוצא געווען מיט די לעגאלע זאכן, יעצט לאמיר אריינטאנצן.

די שפיל פון אינוועסטירן האט פארשידענע שפילער אין זיך. איר וועט אפטמאל הערן מענטשן נוצן די טערמינען "ריטעיל אינוועסטירער" און "אינסטיטוציענאלע אינוועסטירער". א ריטעיל אינוועסטירער איז איינער ווי מיר און דיר, וואס מאכט אינוועסטירונגען פאר זיין אייגענע אקאונט. אינסטיטוציע אינוועסטירער מיינט די גרויסע שפילער אין די שפיל: פענסיע פאנדס, מיוטשועל פאנדס, העדזש פאנדס, אדער א באנק, און אזוי ווייטער - אינסטיטוציעס וואס אינוועסטירן ריזיגע סומעס פון געלט פאר זייערע קליענטן. אט די אינסטיטוציעס וועלן אפטמאל האבן אנאליסטן וואס וועלן זיצן און שטודירן דעם מארקעט און אפמאכן וואס די בעסטע אינוועסטמענט סטראטעגיעס זענען.

אבער דער ארטיקל איז געשריבן געווארן פאר מענטשן ווי מיר און דיר, אדער "ריטעיל אינוועסטירער". דער ציל איז צו מאכן געלט, און כדי דאס צו קענען באווייזן, ווילן מיר קויפן א סטאק און דערנאך עס פארקויפן פאר א העכערע פרייז. איר וועט אפטמאל הערן דעם טערמין "קויף ווען ס'איז נידריג, פארקויף ווען ס'איז הויך", און דאס איז וואס מיר צילן פאר. אבער דאס צו קענען באווייזן, וועלן מיר דארפן קענען וויסן וועלכע סטאקס וועלן ארויפגיין אין פרייז און וועלכע סטאקס וועלן פאלן אין פרייז.

יעצט איז די שאלה: ווי אזוי איז בכלל מעגליך דאס צו וויסן?

די פרייז פון א שעיר איז מער ווייניגער געוואנדן אין די סופליי און דימענד פאר די שעיר. אויב מארגן וועט עפל מעלדן גאר גוטע נייעס איבער א נייע פראדוקט, קענען מיר ערווארטן אז די פארלאנג פאר עפל שעירס זאל ארויפגיין, וויבאלד קאנפידענס אין די פירמע וואקסט און מענטשן ערווארטן אז עפל וועט זיין מער פראפיטעבל מיט דעם נייעם פראדוקט. צוליב דעם ווילן די וואס פארקויפן עפל סטאק באקומען מער געלט פאר זייערע שעירס, און די מענטשן וואס ווילן קויפן עפל שעירס זענען אויך גרייט עס צו קויפן פאר מער, און דערפאר טוט די סטאק פרייז פון אן עפל שעיר ארויפגיין.

אבער דאס מיינט אז עס איז דא אסאך אומזיכערהייט אין דעם סטאק מארקעט, ווען אסאך אנדערע זאכן קענען האבן אן אפעקט אויף די פרייז פון א שעיר: די טויש פון א סי-אי-או, די קוואליטעט פון די פראדוקטן, אדער נייע גאווערמענט פאליסיס, אדער אפילו א געשלעג אויף סאציאלע מידיא צווישן טראמפ און מאסק (טעסלא איז געפאלן מיט 14% נאכפאלגנדיג די ראבעריי). צוליב דעם איז עס זייער שווער פאר א געווענטליכן ריטעיל אינוועסטירער צו קענען מיטהאלטן מיט די בליץ-שנעלע טוישנדע נייעס די גאנצע טאג.

נו, וואס איז די עצה דערפאר?