האלט די היינטיגע דור – טאקע נישט ביים ארבעטן
Feb 9, 2026
ארבעטס פלאץ
Recent Posts
לעצטע וואך האב איך געשמועסט אין ביהמ''ד מיט צוויי פון מיינע באקאנטע וואס ביידע פון זיי האבן א ביזנעס מיט עטליכע ארבעטער. איינער פון זיי האט זיך אפגערעדט אז קיינער האלט מער נישט ביים ארבעטן היינט. זיינע ארבעטער'ס זענען פויל און זיי האלטן נישט ביים אריינלייגן אסאך ארבעט. ענפערט אים די צווייטע צוריק ''פארוואס זאל ער זיך אנשטרענגען פאר דיך, ווען צו די זעלבע צייט קען ער דאך אליין עפענען א ביזנעס.''
''איך אליין'' דערציילט ער ווייטער ''זוך שוין א לאנגע צייט א גוטע מענעדשער, ביז איך האב אפגעמאכט מיט איינער - וואס איך האב הנאה געהאט פון אים און אים געוואלט האבן, אז אויב ביז א יאר קומט ער נאך אלעס וואס מ'האט זיך אויסגענומען און איך האב ווייטער הנאה פון אים, וועל איך אים נעמען פאר א שותף. אזוי אז ער שפירט אז ער האט פאטענציעל און מיין קאמפעני, וועט ער זיין אינטרעסירט צו ארבעטן שווער און געטריי''.
אן ענליכע נקודה איז ארויסגעקומען פון א שמועס וואס איך האב געהאט מיט א גרויסע ''רעקרוטער'' וועלכע טוט שוין רעקרוטינג פאר איבער פופצן יאר. האט ער מיך פארציילט אז די לעצטע צוויי דריי יאר איז זיין ארבעט געווארן אסאך שווערער. ''אמאל ווען איינער האט געארבעט אויף א געוויסע פאזיציע ווי ער האט פארדינט הונדרעט טויזנט א יאר, און איך האב ארויסגעשטעלט אן ''אפפער'' פאר די זעלבע דזשאב פאר הונדרעט פופצן טויזנט דאלאר, איז ער געקומען צו לויפן פאר די פאזיציע. היינט אבער, קומען נישט מענטשן סתם אזוי פאר אפאר דאלאר. אויב איז ער צופרידן פון די בעה''ב, ער האט ליב די ארבעט אא''וו און ער איז באקוועם ווי ער איז, גייט ער זיך נישט אזוי שנעל יאווען צו כאפן די געלעגנהייט.''
וואס זוכן מענשן היינט?
איך מיין, אז אויב ס'איז דא עפעס וואס מ'קען ארויסנעמען פון די ביידע שמועסן איז עס דאס, אז די היינטיגע דור ווערט פשוט נישט אזוי משוגע פאר אפאר טאלער. אונז זענען געוואוינט צו זאגן אז די היינטיגע דור האלט ווייניגער ביים ארבעטן ווי די אמאליגע דור. אבער דאס איז נישט אינגאנצען ריכטיג. די ריכטיגע אמת איז אז מענטשן קוקן פשוט אויף די גרעסערע בילד. ''גיי איך הנאה האבן פון די דזשאב? קען איך וואקסן אין די דזשאב?'' דאס אז ער קען יעצט אהיימברענגען א טשעקל איעדע חודש, איז נישט גענוג א שטופ צו גיין ארבעטן. מענשטן זוכן צו שפירן סיפוק ביי די ארבעט און אויך צו שפירן אז זיי האבן פאטענציאל.
דאס קען זיין א חסרון פון איין זייט, וויבאלד דאס ברענגט אז מענטשן זאלן ארומגיין ליידיג אהן קיין דזשאב, וויבאלד ס'פאסט זיי נישט צו נעמען סיי וואס (אונזערע חכמים זאגן שוין פשוט נבילה בשוקא ואל תצטרך לבריות). און פון די צווייטע זייט ווייסן זיי ניטאמאל וואס זיי ווילן יא טון אזוי אז די אומקלארקייט ברענגט שוין ווייטער צו פאראלאזירונג פון צו גיין ארבעטן. און אפילו אויב די מענטש ארבעט שוין יא, ארבעט ער שוואכער וויבאלד ער פילט נישט קיין מאטיוואציע צו ארבעטן.
אבער פון די צווייטע זייט איז דאס א גרויסע מעלה. ווייל ס'ווייזט אז מענטשן זענען היינט מער באוואוסטזיניג אז ארבעטן מיינט נישט נאר ''מאכן געלט'', נאר אז ארבעטן ברויך זיין א געלעגנהייט אויסצונוצן און ארויסברעגען אונזערע אייגנארטיגע כחות, מן הכח אל הפועל.
און ווען ארבעטן באקומט אזא נייע מין משמעות, אז איך ברענג ארויס מיינע כחות און איך נוץ אויס מיינע כשרונות צו טון עפעס וואס איך גלייך גאר שטארק און צו טון עפעס וואס געבט מיך סיפוק, טוישט זיך די גאנצע קאנצעפט פון ארבעט און ס'גייט אריבער פון צו זיין אן עול – צו ווערן עפעס וואס מ'קען נישט באקומען גענוג דערפון און מ'קען קוים ווארטן צו גיין צו די ארבעט און מ'ארבעט מיט חשק און פלייס ...
דא קומט אבער די מיליאן דאלאר פראגע, ''וויאזוי קום איך טאקע אהן צו אזא פלאץ וואס איך פיל סיפוק און צופרידנקייט ביי די ארבעט?''
בעז''ה נעקסטע וואך גייען מיר אנפאנגען אריינצוקריכן טיפער און צונעמען די נושא וויאזוי קומט מען למעשה אהן - אויף קליינגעלט.






