די וועג וואס ארבעט יא: קאריער פראטאטייפינג
Feb 9, 2026
ארבעטס פלאץ
Recent Posts
לעצטע וואך זענען מיר אדורכגעגאנגען אלע סבות פארוואס טעסטס זענען נישט די ריכטיגע וועג, צו דערגיין וועלכע ארבעט איז צוגעפאסט צום מענטש.
איך וויל דא טאקע בעטן, פון אייך טייערע ליינער, אויב האט איר סיי וועלכע עקספעריענס אדער מיינונג – פאזיטיווע אדער נעגאטיווע, וועגן סיי וועלכע פון די טעסטס ביטע לאזט מיר הערן. די מער אינפארמאציע וואס מיר האבן, העלפט אונז אז מיר זאלן בס''ד קענען העלפן מענטשן בעסער. איר קענט לאזן הערן אייער עקספעריענס אדער מיינונג דא.
און יעצט, צוריק צום ארטיקל.
איינער פון די שטארקע סבות וואס מיר האבן ארויסגעברענגט פארוואס טעסטס ארבעטן נישט, איז אז די שאלות זענען בלויז טעארעטיש, און זיי רעפלעקטירן נישט ריכטיג די מצב פון די מענטש, כמו שהוא.
די וואך וועלן מיר אדורכטון א מהלך וואס איז דייקא יא געבויט אויף די יעצטיגע מציאות - אין די וועלט אריין.
טון אויף א קליינע פארנעם
אין די ביזנעס וועלט איז פאראן א געדאנק וואס רופט זיך פראטאטייפינג.
Prototyping מיינט, אז ווען מ'עפנט א נייע ביזנעס, אנשטאט צו אינוועסטירן תיכף, מיליאנע דאלארן אין די נייע געדאנק, מאכט מען עס קודם אויף א קליינע און ביליגע פארנעם. אין די סאפוועיר און עפפ אינדוסטריע איז דאס זייער א פאפולערע זאך אבער מ'טוט דאס אויך אין אסאך אנדערע אינדוסטוריעס.
יעצט ווען מ'זעט אז מ'פארט אין די גוטע די דירעקציע דאס הייסט אז ס'איז דא א פארלאנג פארדעם אא''וו, ערשט דאן הייבט מען אהן צו אינוועסטירן מער געלט. אמאל זעט מען אז מ'דארף אביסעלע ארומטוישן די פראדוקט, טוישט מען ארום. די אויפטוה איז, אז אויב מ'וואלט אינוועסטירט גלייך פון אנפאנג אסאך געלט און ס'וואלט זיך ארויסגעשטעלט אז מ'דארף ארומטוישן אביסל, וואלט שוין געווען שווערער צו טוישן. און אפילו אויב מ'טוישט שוין יא וואלט מען דערלייגט מער געלט.
יעצט לאמיר זען וויאזוי אונז קענען נוצן די זעלבע מהלך, ווען אונז זוכן צו טרעפן א צוגעפאסטע דזשאב.
סיי ווען אימער איינער וויל זיך אריינלייגן אין א געוויסע דזשאב אדער אינדוסטריע, איז אייביג דא וועגן ווי אזוי מ'קען אויספרובירן די זאך אויף א קליינע פארנעם.
איך האב געהאט א קליענט וועלכע האט געטראכט פון אריינגיין אין ''קאמפיוטער פראגרעמינג''. ער האט אויפגעהויבן א טעלעפאון צו איינער וועלכע האט א פראגרעמינג קאמפאני צו הערן מער איבער די פעלד פון פראגרעמינג. יענער האט אים געזאגט, אז ער רעקאמענדירט אייביג - פאר איינער וואס וויל אריינגיין אין די פעלד - א ספעציפישע בוך אויף פראגרעמינג. אזוי שמעקט מען אביסל אויס צו מ'וויל טאקע אריינגיין אין דעם פעלד און צו מ'האט א געפיל דערצו.
די עצה פון א בוך איז נוגע ביי יעדע זאך וואס א מענטש וויל זיך אריינלייגן. מ'קען אייביג קויפן א בוך דערפון, און מ'זעט אויב ס'ציט עס אדורך צו ליינען, אדער מ'ליינט נאר די ערשטע בלאט און דערנאך האט שוין נישט קיין נערווען דערפאר. דאס קען דינען ווי א שטיקל סימן, צו מ'גלייכט די ספעציפשע זאך. ווייל בדרך כלל אויב גלייך איך א געוויסע אינדוסטעריע וכדו' וועל איך אויך גלייכן צו ליינען דערוועגן.
קומענדיגע וואך וועלן מיר בעז''ה ברענגען נאך דוגמאות ווי אזוי מ'קען אויספרובירן א דזשאב, איידער מ'שפרינגט אריין דערינען.






